11 און איך האב געזען א גרויסן ווייסן כסא הכבוד, און דעם, וועלכער איז געזעסן אויף אים; פאר זיין פנים זענען ערד און הימל אנטרונען; און קיין ארט האט זיך מער נישט געפונען פאר זיי.
דאך זאג איך אייך, עס וועט זיין גרינגער פאר צור און צידון אין טאג פון משפט, ווי פאר אייך!
דער הימל און די ערד וועלן פארגיין, מיינע ווערטער אבער וועלן בשום אופן נישט פארגיין,
ווען אבער דער בר אנש וועט קומען אין זיין הערלעכקייט, און אלע מלאכים מיט אים, וועט ער דעמאלט זיצן אויף זיין כסא הכבוד;
דו אבער, לויט דיין הארטקייט און דיין נישט תשובהדיקן הארץ, זאמלסט דיר איין צארן אינם טאג פון צארן און אנטפלעקונג פון ה׳ס גערעכטן משפט,
די איצטיקע הימלען אבער און די ערד ווערן אויפבאווארט דורך דעם זעלביקן ווארט און ווערן באהאלטן פאר דעם פייער צום יום הדין און דעם אונטערגאנג פון מענטשן רשעים.
און האבן נישט גובר געווען, און זייער ארט האט זיך מער נישט געפונען אין הימל.
און יעדע אינדזל איז פארשווונדן, און די בערג האבן זיך מער נישט געפונען.
און איך האב געזען דעם הימל אפן; און אָט א ווייס פערד און דער, וואס איז דערויף געזעסן, הייסט געטריי און ווארהאפטיק; און מיט גערעכטיקייט משפט ער און פירט מלחמה.
און ער האט געכאפט די שלאנג, דעם נחש הקדמוני, וואס איז דער טייוול (אליין) און דער שׂטן, און אים געבונדן אויף טויזנט יאר,
און איך האב געזען א נייעם הימל און א נייע ערד; ווארום דער ערשטער הימל און די ערשטע ערד זענען פארגאנגען; און דער ים איז מער נישטא. (ישעיהו סה, יז.)
און דער, וועלכער זיצט אויפן כסא הכבוד, האט געזאגט: זע, איך מאך אלץ ניי! נאך האט ער געזאגט: שרייב! מחמת די דאזיקע ווערטער זענען באגלויבט און ווארהאפטיק!
גלייך בין איך געווען אינם גייסט; און זע, א כסא הכבוד איז געשטאנען אין הימל און אויף דעם כסא הכבוד איז איינער געזעסן;
און דער הימל איז פארשווונדן, ווי א מגילה ווערט צונויפגעוויקלט; און אלע בערג און אינדזלען זענען אוועקגעשטויסן געווארן פון זייערע ערטער. (ישעיהו לד, ד.)