די אנטפלעקונג 2:9 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה
9 איך קען דיין צרה און אביונות—דאך ביסטו רייך—און די לעסטערונג פון יענע, וועלכע זאגן, אז זיי זענען יידן, און זענען עס נישט, נאר זענען א בית הכנסת (פארפירט דורך) שׂטן.
און אין אלע שולן האב איך זיי אפט באשטראפט, און זיי געצוואונגען צו לעסטערן; און זייענדיק אויסערסט צארנדיק אויף זיי, האב איך זיי גערודפט אפילו ביז אין שטעט חוץ לארץ.
מיך, וואס איך בין פריער געווען א לעסטערער און א פארפאלגער און אן אפשפעטער; דאך האט ער זיך דערבארעמט אויף מיר, ווייל איך האב עס געטאן נישט וויסנדיקערהייט אין אומגלויבן;
איך יוחנן, אייער ברודער און מיטאנטיילנעמער אין די יסורים און מלכות און סבלנות פון יהושען/ישוען, בין געווען אויף דער אינדזל, וואס הייסט פאטמאס, צוליב ה׳ס ווארט און דעם עדות זאגן פון יהושען/ישוען.
צו אייך אבער זאג איך, צו די איבריקע אין טיאטירא, צו אזעלכע, וואס האבן נישט די דאזיקע (פאלשע) לערנונג, וועלכע קענען נישט די טיפענישן פון דעם שׂטן, ווי מען זאגט; איך וועל נישט ווארפן אויף אייך קיין אנדערע לאסט.
און איך האב געזאגט צו אים: מיין האר, דו ווייסט עס. און ער האט מיר געזאגט: די דאזיקע זענען עס, וועלכע זענען געקומען פון דער גרויסער צרה, און האבן געוואשן זייערע קליידער און זיי ווייס געמאכט אין דעם בלוט פון דעם לעמעלע.