25 דאך וואס איר האט, דאס האלט פעסט ביז איך וועל קומען.
און ווען איך גיי און גרייט צו אן ארט פאר אייך, וועל איך ווידער קומען, און אייך נעמען צו מיר, כדי וואו איך בין, זאלט איר אויך זיין.
און איינער פון זיי מיטן נאמען אגאבוס איז אויפגעשטאנען און האט געוויזן דורך דעם רוח הקודש, אז עס וועט זיין א גרויסער הונגער אין דער גאנצער וועלט; וואס איז געקומען אין די טעג פון קלוידיוס.
זאל די ליבע זיין אָן פאלשקייט; האט פיינט דאס שלעכטע, באהעפט זיך צו דעם גוטן.
ווארום יעדעס מאל, ווען איר עסט דאס ברויט און טרינקט דעם דאזיקן כוס, זאגט איר אָן דעם הארס טויט, ביז ער וועט קומען.
דערפאר זאלט איר גארנישט משפטן פאר דער וועט צייט, ביז דער האר וועט קומען, וועלכער אויך באלויכטן די פארבארגענע זאכן פון דער פינצטערניש און אנטפלעקן די פארלאנגען פון די הערצער; און דעמאלט וועט יעדער איינער באקומען זיין לויב פון ה׳.
פרובירט אלץ אויס, האלט פעסט דאס גוטע;
לאמיר האלטן פעסט, אָן צאנקעניק, די אמונה פון דער האפענונג; ווייל געטריי איז דער, וואס האט צוגעזאגט;
אבער משיח, ווי א זון איבער זיין הויז; וועמעס הויז מיר זענען, אויב מיר וועלן האלטן פעסט דעם בטחון און דעם רום פון דער האפענונג ביז צום סוף.
דעריבער, האבנדיק א דערהויבענעם כהן גדול, וואס איז דורכגעגאנגען די הימלען, יהושען/ישוען דעם זון פון דער אויבערשטער, לאמיר האלטן פעסט אונדזער אני‑מאמין.
דער טאג פון דעם האר וועט אבער קומען ווי א גנב; אין דעם זעלביקן טאג וועלן די הימלען פארגיין מיט א רעש, און די יסודות וועלן זיך צעשמעלצן פון היץ, און די ערד און די מעשים אויף איר וועלן פארברענט ווערן.
זע, ער קומט מיט די וואלקנס (דניאל ז, יג.); און יעדעס אויג וועט אים זען, און די, וועלכע האבן אים דורכגעשטאכן (זכריה יב, י.); און עס וועלן קלאגן איבער אים אלע משפחות פון דער ערד. יא, אמן.
דער עדות פון די דאזיקע זאכן זאגט: יא, איך קום באלד. אמן; קום האר יהושע/ישוע!
און זע, איך קום באלד—וואויל איז דעם, וועלכער היט אפ די ווערטער פון דער נבואה פון דעם דאזיקן ספר.
איך קום גיך; האלט פעסט, וואס דו האסט, כדי קיינער זאל נישט אוועקנעמען דיין קרוין.
געדענק זשע וויאזוי דו האסט מקבל געווען און געהערט, און היט עס אפ, און טו תשובה. אויב דעריבער דו וועסט נישט וואכן, וועל איך קומען, ווי א גנב, און דו וועסט נישט וויסן, אין וועלכער שעה איך וועל קומען איבער דיר.