Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די אנטפלעקונג 2:24 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

24 צו אייך אבער זאג איך, צו די איבריקע אין טיאטירא, צו אזעלכע, וואס האבן נישט די דאזיקע (פאלשע) לערנונג, וועלכע קענען נישט די טיפענישן פון דעם שׂטן, ווי מען זאגט; איך וועל נישט ווארפן אויף אייך קיין אנדערע לאסט.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די אנטפלעקונג 2:24
15 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

ווארום עס איז וואוילגעפעלן דעם רוח הקודש און אונדז, נישט ארויפצולייגן אויף אייך קיין ווייטערע משא, אחוץ די דאזיקע נויטווענדיקע זאכן;


און א ג‑טספארכטיקע פרוי, מיטן נאמען לידיא, א פארקויפערין פון פורפור, אויס דער שטאט טיאטירא, האט זיך צוגעהערט; וואס דער האר האט איר אויפגעמאכט דאס הארץ צו פארנעמען די רייד פון פוילוסן.


צו אונדז אבער האט ה׳ עס אנטפלעקט דורך זיין גייסט; ווארום דער גייסט פארשט אלץ אויס, אפילו די טיפענישן פון ה׳.


איך פארכט מיך אבער, טאמער, ווי די שלאנג האט פארפירט חוהן מיט איר כיטרעקייט, וועלן אייערע געדאנקען פארדארבן ווערן פון דער אויפריכטיקייט און לויטערקייט לגבי דעם משיח.


כדי מיר זאלן נישט באטריגט ווערן פונם שׂטן, ווארום זיינע איינפאלן זענען אונדז נישט אומבאקאנט.


די דאזיקע חכמה קומט נישט אראפ פון אויבן, נאר איז ערדיש, גשמיותדיק, טייוולאניש.


אזוי צו זאגן: וואס דו זעסט, דאס שרייב אין א ספר און שיק עס צו די זיבן קהלות: קיין עפעזוס און קיין סמירנא און קיין פערגאמוס און קיין טיאטירא און קיין סארדעס און קיין פילאדעלפיא און קיין לאאדיצעא.


און די גרויסע שלאנג איז אראפגעווארפן געווארן, דער נחש הקדמוני, וואס הייסט טייוול און שׂטן, וועלכער האט פארפירט די גאנצע באוואוינטע וועלט; ער איז אראפגעווארפן געווארן אויף דער ערד, און זיינע מלאכים זענען אראפגעווארפן געווארן מיט אים.


און פארפירט די איינוואוינער אויף דער ערד דורך די מופתים, וואס זענען איר געגעבן געווארן צו טאן פאר דער חיה; און זאגט צו די איינוואוינער אויף דער ערד, אז זיי זאלן מאכן א בילד צו דער חיה, וואס האט די וואונד פון דער שווערד און איז (געבליבן) לעבן.


איך ווייס, וואו דו וואוינסט: דארטן, וואו עס איז דעם שׂטנס טראן; און האלטסט פעסט מיין נאמען, און האסט נישט אפגעלייקנט מיין אמונה, אפילו אין די טעג פון אנטיפאס, מיין געטרייען עדות, וואס איז געטייט געווארן ביי אייך, וואו דער שׂטן וואוינט.


און צו דעם מלאך פון דער קהלה אין טיאטירא שרייב: דאס זאגט דער זון פון דער אויבערשטער, וועלכער האט אויגן, ווי א פלאם פייער, און זיינע פיס זענען גלייך צו פיין קופער:


איך קען דיין צרה און אביונות—דאך ביסטו רייך—און די לעסטערונג פון יענע, וועלכע זאגן, אז זיי זענען יידן, און זענען עס נישט, נאר זענען א בית הכנסת (פארפירט דורך) שׂטן.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ