Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די אנטפלעקונג 2:23 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

23 און אירע קינדער וועל איך אומברענגען מיט דעם טויט; און אלע קהלות וועלן וויסן, אז איך בין דער, וועלכער פארשט אויס די נירן און הערצער; און וועל אייך געבן יעדן איינעם לויט אייערע מעשים.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די אנטפלעקונג 2:23
39 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

מחמת דער בר אנש וועט קומען אין דער הערלעכקייט פון זיין פאטער מיט זיינע מלאכים; און דעמאלט וועט ער פארגעלטן יעדן איינעם לויט זיינע מעשים.


און ער האט צו זיי געזאגט: איר זענט עס, וואס גערעכטפערטיקן זיך פאר מענטשן, ה׳ אבער קען אייערע הערצער; ווייל דאס וואס איז הויך ביי מענטשן, איז אן אומווירדיקייט פאר ה׳.


צום דריטן מאל זאגט ער צו אים: שמעון בן יונה, צי האסטו מיך ליב? איז פעטרוס טרויעריק געווארן, ווייל ער האט צו אים געזאגט צום דריטן מאל: צי האסטו מיך ליב? און ער האט צו אים געזאגט: האר, דו ווייסט אלץ; דו ווייסט, אז איך האב דיך ליב. זאגט יהושע/ישוע צו אים: פאשע מיינע שעפעלעך.


זאגט יהושע/ישוע צו איר: גיי רוף דיין מאן, און קום אהער.


און האבן תפילה געטאן און געזאגט: דו, אָ האר, וואס ווייסט אלעמענס הערצער, ווייז וועלכן דו האסט אויסדערוויילט פון די דאזיקע צוויי,


אָט אזוי ארום וועט יעדער איינער פון אונדז מוזן אפגעבן א דין וחשבון צו ה׳ פאר זיך אליין.


און דער, וואס פארשט די הערצער, ווייסט דאס טראכטן פונם גייסט, ווייל ער איז זיך משתדל פאר די קדושים לויט ה׳ס רצון.


ווארום מיר אלע מוזן דערשיינען פאר משיחס כסא המשפט, כדי יעדער איינער זאל באקומען דאס, וואס ער האט געטאן אין דעם גוף, גוטס אדער שלעכטס.


ווארום יעדער איינער וועט טראגן זיין אייגענע משא.


און פאר אים איז נישט פאראן קיין באהאלטענע באשעפעניש, נאר אלץ איז בולט און אויפגעדעקט פאר זיינע אויגן, פאר וועמען מיר וועלן אפגעבן דין וחשבון.


און אויב איר רופט אָן אלס פאטער (ציטירן ניטציטירן) דעם, וואס משפט לויט יעדן (מענטשנס) מעשים אָן נושא־פנים־צו־זיין, זאלט איר פארברענגען מיט יראה בשעת אייער אויפהאלטן זיך (דא);


ווער עס האט אויערן, דער זאל הערן, וואס דער גייסט זאגט צו די קהלות. דער, וואס איז מנצח, וועט בשום אופן נישט ליידן פון צווייטן טויט.


ווער עס האט אויערן, דער זאל הערן, וואס דער גייסט זאגט צו די קהלות. דעם, וואס איז מנצח, אים וועל איך געבן צו עסן פון דעם עץ החיים, וואס איז אינם גן עדן פון ה׳. (בראשית ב, ט; ג, כד.)


און איך האב געזען די טויטע, די גרויסע און די קליינע, שטיין פאר דעם כסא הכבוד; און ספרים זענען געווען אויפגעמאכט; און אן אנדער ספר איז אויפגעמאכט געווארן, דאס איז דאס ספר החיים (בוך פון לעבן); און די מתים זענען געמשפט געווארן אויס דעם, וואס שטייט געשריבן אין די ספרים, לויט זייערע מעשים.


און דער ים האט אפגעגעבן די טויטע, וואס האבן זיך געפונען אין אים; און דער טויט און דאס שאול תחתית האבן אפגעגעבן די מתים, וואס זענען געווען אין זיי; און יעדער איינער איז געמשפט געווארן לויט זיינע מעשים.


זע, איך קום באלד; און מיין שכר איז מיט מיר, צו פארגעלטן יעדן איינעם לויט זיין מעשים.


און האב געזען, און אָט א בלייך גרין פערד; און דער, וואס איז געזעסן דערויף, זיין נאמען איז דער טויט; און דאס שאול תחתית איז אים נאכגעגאנגען. און עס איז זיי געגעבן געווארן רשות איבער א פערט חלק פון דער ערד, צו טייטן מיט דער שווערד, און מיט הונגער, און מיט דעם טויט (מגפה), און דורך די ווילדע חיות פון דער ערד.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ