די אנטפלעקונג 2:20 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה
20 נאר איך האב עפעס קעגן דיר, אז דו טאלערירסט די אשה איזבל, וועלכע רופט זיך נביאה; און לערנט און פארפירט מיינע קנעכט מזנה צו זיין און צו עסן פון קרבנות צו אפג‑טער.
זיך אפצוהאלטן פון קרבנות צו אפג-טער און פון בלוט און (פון פלייש פון בהמות) דערווארגענע און פון זנות, פון וועלכע אויב איר וועט זיך אפהיטן, וועט אייך גיין גוט. שלום צו אייך.
נאר איך האב אייניקע זאכן קעגן דיר: אז דו האסט דארטן די, וואס האלטן פעסט די לערנונג פון בלעם, וועלכער האט געלערנט בלקן צו ווארפן א מיכשול פאר די בני ישראל, צו עסן פון קרבנות צו אפג‑טער און מזנה צו זיין.