Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די אנטפלעקונג 19:8 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

8 און עס איז איר געגעבן געווארן, זיך אנצוקליידן אין פיינער לייוונט, ליכטיק און לויטער; ווארום די פיינע לייוונט איז די צדקות פון די קדושים.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די אנטפלעקונג 19:8
21 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און ער איז פארענדערט געווארן פאר זיי, און זיין פנים האט געלויכטן ווי די זון, און זיינע מלבושים זענען געווארן ווייס ווי דאס ליכט.


און ער זאגט צו אים: פריינד, וויאזוי ביסטו אריינגעקומען אהער, נישט האבנדיק קיין חתונה מלבוש? און ער איז געבליבן שטום.


און זיינע קליידער זענען געווארן שטראלנדיק, זייער ווייס, ווי קיין וואלקער אויף דער ערד קען נישט אזוי ווייס מאכן.


און עס איז געשען, בשעת זיי זענען אזוי געווען מבולבל וועגן דעם, זע, צוויי מענער זענען געשטאנען נעבן זיי אין שטראלנדיקע קליידער;


און ווי זיי האבן אזוי פעסט געקוקט צום הימל, בשעת ער איז אוועק ארויף, זע, ביי זיי זענען געשטאנען צוויי מענער אין ווייסע קליידער;


נאר טוט אָן דעם האר יהושע/ישוע המשיח, און זעט, אז אייער זארגן פאר קערפער זאל נישט דערפירן צום באפרידיקן די תאוות.


די גערעכטיקייט פון ה׳, דורך אמונה אין יהושען/ישוען דעם משיח, פאר אלע, וואס גלויבן, ווייל עס איז נישטא קיין חילוק;


ווער וועט נישט מורא האבן פאר דיר, אָ האר, און נישט אפגעבן כבוד צו דיין נאמען? ווייל דו אליין ביסט הייליק; יא, אלע אומות (העולם) וועלן קומען און זיך בוקן פאר דיר; ווייל דיינע גערעכטע משפטים זענען אנטפלעקט געווארן.


און עס זענען ארויסגעקומען פון דעם היכל די זיבן מלאכים, וועלכע האבן די זיבן פלאג, אנגעטאן אין ריינע לייוונט, וואס האט געגלאנצט, און ארומגעגארטלט ארום דער ברוסט מיט גארטלען פון גאלד.


און די חיילות אין הימל האבן אים נאכגעפאלגט אויף ווייסע פערד, געקליידט אין פיינער לייוונט, לויטער ווייס.


איך עצה דיר צו קויפן ביי מיר גאלד, וואס איז געלייטערט געווארן אין פייער, כדי דו זאלסט ווערן רייך; און ווייסע קליידער, כדי דו זאלסט דיך אנטאן, און די חרפה פון דיין נאקעטקייט זאל זיך נישט אנטפלעקן; און אויגנזאלב, צו זאלבן דיינע אויגן, כדי דו זאלסט זען.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ