און טראכטנדיק אזוי וועגן דעם, זע, א מלאך פון דעם האר (ה׳) האט זיך באוויזן צו אים אין א חלום, אזוי צו זאגן: יוסף בן דוד, פארכט דיך נישט צו נעמען מרים, דיין ווייב; מחמת דאס, וואס איז אין איר געשאפן געווארן, איז פונם רוח הקודש.
און אין יענער שעה איז געווארן א גרויסע ערדציטערניש, און א צענטל פון דער שטאט איז איינגעפאלן; און אין דער ערדציטערניש זענען אומגעקומען זיבן טויזנט מענטשן; און די איבריקע זענען פול געווארן מיט מורא, און האבן אפגעגעבן כבוד צום ג‑ט פון הימל.
און ער האט צו מיר געזאגט: שרייב: וואויל איז די, וואס זענען גערופן צו דעם סעודות נישואין פון דעם לעמעלע! און ער האט צו מיר געזאגט: די דאזיקע זענען די ווארהאפטיקע ווערטער פון ה׳.