21 און די איבריקע זענען געטייט געווארן מיט דער שווערד, וואס גייט ארויס פון דעם מויל פון דעם רייטער אויפן פערד; און אלע פייגל זענען זאט געווארן פון זייער פלייש.
און האט געהאט אין זיין רעכטער האנט זיבן שטערן; און פון זיין מויל גייט ארויס א מעסער-ווי צוויי-שארפיקע שווערד; און זיין פנים האט געשיינט ווי די זון אין איר מאכט.
און די צען הערנער, וואס דו האסט געזען, און די חיה, זיי וועלן האסן די זונה, און וועלן זי מאכן וויסט און נאקעט, און וועלן פארצערן איר פלייש, און זי פארברענען אין פייער.