4 און איך האב געהערט אן אנדער קול פון הימל זאגן: קומט ארויס פון איר, אָ מיין פאלק, כדי איר זאלט נישט האבן קיין אנטייל אין אירע זינד, און אז איר זאלט נישט באקומען פון אירע מכות;
און זאגט: אויב מיר וואלטן געלעבט אין די טעג פון אונדזערע עלטערן, וואלטן מיר זיך נישט באטייליקט מיט זיי אין דעם בלוט פון די נביאים.
דעריבער: גייט ארויס פון זייער מיט, און שיידט אייך אפ, זאגט דער האר (ג‑ט), און רירט נישט אָן קיין טמא זאך; (ישעיהו נב, יא; ירמיהו נא, מה.) און איך וועל אייך אויפנעמען,
גיב קיינעם נישט קיין סמיכת ידים צו גיך, באטייליק דיך נישט אין די זינד פון אנדערע; האלט דיך ריין.
ווארום ווער עס גיט אים אפ שלום, דער האט א חלק אין זיינע בייזע מעשים.