Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די אנטפלעקונג 18:21 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

21 און א שטארקער מלאך האט אויפגעהויבן א שטיין, ווי א גרויסער מילשטיין, און אים געווארפן אין ים אריין, זאגנדיק: מיט אזא אימפעט אָ וועט בבל, די גרויסע שטאט, צעווארפן ווערן, און זיך שוין מער נישט געפינען!

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די אנטפלעקונג 18:21
14 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און איך האב געזען אן אנדערן געוואלטיקן מלאך אראפנידערן פון הימל, איינגעהילט אין א וואלקן; און דער רעגנבויגן איז געווען איבער זיין קאפ, און זיין פנים איז געווען ווי די זון, און זיינע פיס, ווי זיילן פייער;


און האבן נישט גובר געווען, און זייער ארט האט זיך מער נישט געפונען אין הימל.


און יעדע אינדזל איז פארשווונדן, און די בערג האבן זיך מער נישט געפונען.


פונדערווייטנס וועלן זיי בלייבן שטיין צוליב דער מורא פון אירע ליידן, און וועלן זאגן: וויי, וויי, די שטאט די גרויסע, בבל, די שטאט די שטארקע! מחמת אין איין שעה איז איר משפט געקומען.


און קיין קלאנג פון הארפנשפילער און זינגער און שפילער אויף א פלייט און טרומייטערער וועט שוין מער נישט געהערט ווערן אין דיר; און קיין קינסטלער פון קיין שום קונסט וועט אין דיר מער נישט געפונען ווערן; און דאס גערויש פון א מיל וועט מער נישט געהערט ווערן אין דיר;


און איך האב געזען א גרויסן ווייסן כסא הכבוד, און דעם, וועלכער איז געזעסן אויף אים; פאר זיין פנים זענען ערד און הימל אנטרונען; און קיין ארט האט זיך מער נישט געפונען פאר זיי.


און האב געזען א שטארקן מלאך אויסרופן מיט א הויך קול: ווער איז ווערט אויפצומאכן דאס ספר און צו צעברעכן זיינע חתימות?


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ