20 פריי דיך איבער איר, אָ הימל, און די קדושים, און די שליחים, און די נביאים; ווייל ה׳ האט געמשפט אייער משפט אויף איר.
אויפגעבויט אויף דעם יסוד פון שליחים און נביאים, בשעת משיח יהושע/ישוע אליין איז דער ווינקלשטיין;
וואס איז אין אנדערע דורות נישט נתגלה געווארן צו די מענטשנקינדער ווי עס איז איצט אנטפלעקט צו זיינע הייליקע, שליחים און נביאים אינם גייסט,
און האט געגעבן אייניקע פאר שליחים, און אייניקע פאר נביאים, און אייניקע פאר מבשרים, און אייניקע פאר פאסטוכער און מלמדים;
צו געדענקען די ווערטער, וואס די הייליקע נביאים האבן פריער גערעדט, און דאס געבאט פון אונדזער האר און רעטער דורך די שליחים אייערע; דאס דאזיקע זאלט איר וויסן,
איר אבער, געליבטע, געדענקט די ווערטער, וואס זענען פארויסגעזאגט געווארן פון די שליחים פון דעם האר אונדזערן יהושע/ישוע המשיח;
צוליב דעם פריידט זיך, איר הימלען, און איר, וועלכע וואוינט אין זיי. וויי צו דער ערד און צום ים! ווייל דער טייוול האט אראפגענידערט צו אייך, האבנדיק א געוואלדיקן צארן, וויסנדיק, אז ער האט בלויז א קליינע צייט.
פארגעלט איר, ווי זי האט פארגעלטן, און מאכט עס כפלי כפלים לויט אירע מעשים; אין דעם בעכער, אין וועלכען זי האט געמישט, זאלט איר מישן טאפלט פאר איר!
און זיי האבן געשריגן מיט א הויך קול, אזוי צו זאגן: ביז ווען, אָ האר, הייליקער און ווארהאפטיקער, וועסטו נישט משפטן און זיך נישט נוקם זיין פאר אונדזער בלוט פון די איינוואוינער אויף דער ערד?