Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די אנטפלעקונג 18:2 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

2 און ער האט א געשריי געטאן מיט א שטארק קול, אזוי צו זאגן: געפאלן, געפאלן איז בבל די גרויסע, און געווארן איז זי א וואוינונג פאר טייוולאנים, און א געפענקעניש פאר יעדן אומריינעם גייסט, און א תפיסה פאר איטלעכן אומריינעם און העסלעכן פויגל!

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די אנטפלעקונג 18:2
26 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און זיינע פיס, ווי פיין קופער, בשעת עס גליט אין אויוון; און זיין קול, ווי דאס גערויש פון א סך וואסערן.


און האט א געשריי געטאן מיט א הויך קול, אזויווי א לייב ברומט; און ווען ער האט געהאט געשריגן, האבן די זיבן דונערן גערעדט מיט זייערע קולות.


און זייערע לייבער וועלן ליגן אויף דער גאס פון דער גרויסער שטאט, וואס, רוחניותדיק גערעדט, הייסט סדום און מצרים, וואו אויך זייער האר איז אויפגעהאנגען אויף דער בוים געווארן.


און אן אנדערער מלאך איז ארויסגעגאנגען פון דעם היכל, שרייענדיק מיט א הויך קול צו אים, וואס איז געזעסן אויף דעם וואלקן: שיק דיין שניידמעסער, און שנייד; ווייל עס איז (שוין) געקומען די שעה צו שניידן, מחמת דער שניט פון דער ערד איז צייטיק געווארן. (יואל ד, יג.)


און אן אנדערער, א צווייטער מלאך, האט נאכגעפאלגט, זאגנדיק: געפאלן, געפאלן איז בבל, די גרויסע, וועלכע האט געמאכט אנגעטרונקען אלע פעלקער מיט דעם צארנוויין פון איר זנות.


און איך האב געזען פון דעם מויל פון דער שלאנג און פון דעם מויל פון דער חיה און פון דעם מויל פון דעם פאלשן נביא ארויסגיין דריי אומריינע רוחות, ווי פרעש;


און די גרויסע שטאט איז (צעריסן) געווארן אויף דריי חלקים, און די שטעט פון די אומות (העולם) זענען איינגעפאלן; און בבל די גרויסע איז געדענקט געווארן פאר ה׳, אז ער זאל איר געבן דעם בעכער פון צארנוויין פון זיין גרימצארן.


און די פרוי, וואס דו האסט געזען, איז די גרויסע שטאט, וואס האט א מלכות איבער די מלכים פון דער ערד.


און אויף איר שטערן איז געווען אויפגעשריבן א נאמען, א סוד; בבל די גרויסע, די מוטער פון די זונות און פון די אומווירדיקייטן פון דער ערד.


פונדערווייטנס וועלן זיי בלייבן שטיין צוליב דער מורא פון אירע ליידן, און וועלן זאגן: וויי, וויי, די שטאט די גרויסע, בבל, די שטאט די שטארקע! מחמת אין איין שעה איז איר משפט געקומען.


און א שטארקער מלאך האט אויפגעהויבן א שטיין, ווי א גרויסער מילשטיין, און אים געווארפן אין ים אריין, זאגנדיק: מיט אזא אימפעט אָ וועט בבל, די גרויסע שטאט, צעווארפן ווערן, און זיך שוין מער נישט געפינען!


און האב געזען א שטארקן מלאך אויסרופן מיט א הויך קול: ווער איז ווערט אויפצומאכן דאס ספר און צו צעברעכן זיינע חתימות?


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ