Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די אנטפלעקונג 18:15 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

15 די דאזיקע סוחרים, וואס זענען פון איר רייך געווארן, וועלן שטיין פונדערווייטנס צוליב דער אימה פון אירע ליידן, און וועלן וויינען און טרויערן, זאגנדיק:

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די אנטפלעקונג 18:15
14 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און ער האט זיי געלערנט, און האט צו זיי געזאגט: צי שטייט דען נישט געשריבן: מיין הויז זאל גערופן ווערן א בית תפילה פאר אלע פעלקער? (ישעיהו נו, ז.) איר אבער האט עס געמאכט פאר א רויבער הייל! (ירמיהו ז, יא.)


און זעענדיק, אז די האפענונג פון זייער פארדינסט איז פארשווונדן, האבן אירע בעלי בתים געכאפט פוילוסן און סילאן, און זיי געשלעפט אין מארק אריין צו די מושלים,


סחורה פון גאלד און פון זילבער און פון טייערע שטיינער און פון פערל און פון פיינע לייוונט און פון פורפור און פון זיידנס און פון שארלאך, און יעדעס שמעקעדיקע האלץ און כלערליי כלים פון העלפאנטביין און אלע געפעסן פון קאסטבאר האלץ און פון קופער און אייזן און מארמארשטיין,


און צימערינג און באלזאם און רויך געווירצן און מירע און וויירויך און וויין און בוימל און זעמלמעל און ווייץ און לאסט בהמות און שאף, און פערד און וועגנס, און שקלאפן און מענטשלעכע נפשות.


און דאס פירות, וואס דיין זעל האט געגלוסט, איז אוועק פון דיר, און איטלעכע פראכט און גלאנץ איז דיר פארלוירן געגאנגען, און מען וועט זיי בשום אופן מער נישט געפונען.


און האבן געווארפן שטויב אויף זייערע קעפ, און געשריגן, וויינענדיק און קלאגנדיק, אזוי צו זאגן: וויי, וויי, דו גרויסע שטאט! אין וועלכער עס זענען רייך געווארן אלע, וואס האבן געהאט שיפן אויפן ים, פון איר וואוילשטאנד! אז אין איין (איינציקער) שעה איז זי חרוב געווארן.


מחמת פון דעם צארנוויין פון איר זנות זענען געפאלן אלע פעלקער; און אלע מלכים פון דער ערד האבן מזנה געווען מיט איר, און פון דער שפע פון אירע תענוגים זענען די סוחרים פון דער ערד רייך געווארן.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ