14 און דאס פירות, וואס דיין זעל האט געגלוסט, איז אוועק פון דיר, און איטלעכע פראכט און גלאנץ איז דיר פארלוירן געגאנגען, און מען וועט זיי בשום אופן מער נישט געפונען.
נאר וואס דען זענט איר ארויסגעגאנגען זען? א מענטשן אנגעטאן אין פיינע מלבושים? זע, די וואס טראגן פיינע מלבושים, זענען אין די הייזער פון די מלכים!
ה׳ אבער האט צו אים געזאגט: דו נאר, אין דער דאזיקער נאכט וועט דיין זעל פון דיר געפאדערט ווערן; און פאר וועמען וועט עס זיין, וואס דו האסט אנגעגרייט?
אברהם אבער האט געזאגט: קינד, געדענק, אז דו האסט באקומען דיין גוטס ביי דיין לעבן, און אלעזר אויך אזוי דאס בייזע; איצט ווערט ער דא געטרייסט, דו אבער ווערסט געפייניקט.
און די דאזיקע זאכן זענען געשען אלס פארבילדער פאר אונדזערטוועגן, כדי מיר זאלן נישט גלוסטן צום בייזן, ווי יענע האבן געגלוסט.
איר גלוסט, און האט נישט; איר הרגעט און זענט מקנא, און קענט עס נישט דערגרייכן; איר קריגט זיך ארום און האלט מלחמה; איר האט נישט צוליב דעם, וואס איר בעט נישט.
און צימערינג און באלזאם און רויך געווירצן און מירע און וויירויך און וויין און בוימל און זעמלמעל און ווייץ און לאסט בהמות און שאף, און פערד און וועגנס, און שקלאפן און מענטשלעכע נפשות.
די דאזיקע סוחרים, וואס זענען פון איר רייך געווארן, וועלן שטיין פונדערווייטנס צוליב דער אימה פון אירע ליידן, און וועלן וויינען און טרויערן, זאגנדיק: