11 און די סוחרים פון דער ערד וויינען און קלאגן איבער איר, ווייל קיינער קויפט נישט מער זייער סחורה;
זיי אבער האבן זיך דערפון גארנישט געמאכט, נאר זענען געגאנגען, איינער אין זיין פעלד אריין, און אן אנדערער צו זיין מסחר;
און צו די, וואס האבן פארקויפט טויבן, האט ער געזאגט: נעמט די דאזיקע אוועק פונדאנען; מאכט נישט פון מיין פאטערס הויז א הויז פון מסחר.
און אויס געלטגיריקייט וועלן זיי אייך פארקויפן מיט באטריגערישע רייד; דאס משפט אויף זיי פון לאנג אָן זוימט זיך נישט און די פארדארבונג זייערע דרימלט נישט.
די דאזיקע סוחרים, וואס זענען פון איר רייך געווארן, וועלן שטיין פונדערווייטנס צוליב דער אימה פון אירע ליידן, און וועלן וויינען און טרויערן, זאגנדיק:
פריי דיך איבער איר, אָ הימל, און די קדושים, און די שליחים, און די נביאים; ווייל ה׳ האט געמשפט אייער משפט אויף איר.
און דאס ליכט פון א לייכטער וועט מער נישט שיינען אין דיר; און דאס קול פון א חתן און א כלה וועט מער נישט געהערט ווערן אין דיר; מחמת דיינע קויפלייט זענען געווען די פירשטן פון דער ערד; ווייל דורך דיין כישוף זענען פארפירט געווארן אלע פעלקער.
מחמת פון דעם צארנוויין פון איר זנות זענען געפאלן אלע פעלקער; און אלע מלכים פון דער ערד האבן מזנה געווען מיט איר, און פון דער שפע פון אירע תענוגים זענען די סוחרים פון דער ערד רייך געווארן.
און וויינען און קלאגן וועלן איבער איר די מלכים פון דער ערד, וועלכע האבן מיט איר מזנה געווען און זיך געלאזט וואוילגיין, ווען זיי וועלן קוקן אויף דעם רויך פון איר פייער;