Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די אנטפלעקונג 17:17 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

17 ווארום ה׳ האט עס זיי געגעבן אין זייערע הערצער אריין, צו טאן זיין עצה, און צו מאכן איין דעה, און צו געבן זייער קעניגרייך צו דער חיה, ביז ה׳ס ווערטער וועלן דערפילט ווערן.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די אנטפלעקונג 17:17
28 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

יא, דער בר אנש גייט טאקע, לויט ווי עס איז באשטימט געווארן; נאר וויי איז צו יענעם מענטשן, דורך וועמען ער ווערט פארראטן!


און דער שׂטן איז אריינגעגאנגען אין יהודהן, וואס מען האט אים גערופן איש‑קריות, זייענדיק פון דער צאל פון די צוועלף.


ווארום איך זאג אייך, אז דאס, וואס שטייט געשריבן, מוז דערפילט ווערן אין מיר: און מיט פושעים איז ער פאררעכנט געווארן (ישעיהו נג, יב.); ווייל דאס, וואס איז שייך מיר, האט (איצט) א סוף.


אויב ער האט זיי גערופן ג‑טער, צו וועמען ה׳ס ווארט איז געקומען—און די שריפט קען נישט בטל ווערן—


נישט וועגן אייך אלע רעד איך; ווארום איך ווייס וועמען איך האב אויסדערוויילט; נאר כדי דער פסוק זאל מקוים ווערן: דער, וואס עסט מיין ברויט, האט אויפגעהויבן זיין טריט (עקב) קעגן מיר. (תהלים מא, י.)


און בשעת דער סעודה אין אוונט, נאך דעם ווי דער שׂטן האט שוין געהאט געלייגט אין הארצן פון יהודה בן שמעון איש‑קריות, אז ער זאל אים פארראטן,


זיי האבן דעריבער געזאגט איינער צום אנדערן: לאמיר עס נישט צערייסן, נאר ווארפן גורל וועגן דעם, וועמעס עס זאל זיין; כדי דער פסוק זאל מקוים ווערן: זיי האבן צעטיילט מיינע קליידער צווישן זיך, און אויף מיין לבוש האבן זיי געווארפן גורל. (תהלים כב, יט.) און די דאזיקע זאכן האבן די זעלנער געטאן.


נאך דעם, אזויווי יהושע/ישוע האט געוואוסט, אז אלץ האט זיך שוין געענדיקט, כדי דער פסוק זאל מקוים ווערן, זאגט ער: איך בין דארשטיק!


א דאנק אבער צו ה׳, וועלכער גיט די זעלביקע זארג אין טיטוסנס הארץ פאר אייערטוועגן.


נאר אין די טעג פון דעם קול פון דעם זיבעטן מלאך, ווען ער וועט בלאזן, וועט פארענדיקט ווערן דער סוד פון ה׳, ווי ער האט מבשר געווען צו זיינע קנעכט, די נביאים. (דניאל יב, ו-ז.)


און איך האב געזען אן אנדער מופת אין הימל, גרויס און וואונדערבאר: זיבן מלאכים, וועלכע האבן געהאט די זיבן לעצטע מכות, ווייל מיט די דאזיקע האט זיך פארענדיקט ה׳ס צארן.


די דאזיקע האבן איין מיינונג, און געבן זייער כוח און ממשלה צו דער חיה.


און ער האט צו מיר געזאגט: שרייב: וואויל איז די, וואס זענען גערופן צו דעם סעודות נישואין פון דעם לעמעלע! און ער האט צו מיר געזאגט: די דאזיקע זענען די ווארהאפטיקע ווערטער פון ה׳.


און עס איז זיי געגעבן געווארן, יעדן איינעם, א ווייס קלייד; און עס איז זיי געזאגט געווארן, אז זיי זאלן נאך רוען א קליינע צייט, ביז עס וועט זיך אנפילן (די צאל) אויך פון זייערע מיטקנעכט און זייערע ברידער, וועלכע וועלן אומגעברענגט ווערן, ווי זיי.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ