און האבן געווארפן שטויב אויף זייערע קעפ, און געשריגן, וויינענדיק און קלאגנדיק, אזוי צו זאגן: וויי, וויי, דו גרויסע שטאט! אין וועלכער עס זענען רייך געווארן אלע, וואס האבן געהאט שיפן אויפן ים, פון איר וואוילשטאנד! אז אין איין (איינציקער) שעה איז זי חרוב געווארן.
כדי איר זאלט עסן דאס פלייש פון מלכים און דאס פלייש פון הויפטלייט און דאס פלייש פון גיבורים און דאס פלייש פון פערד און פון זייערע רייטער, און דאס פלייש פון אלע פרייע (מענטשן) און פון קנעכט, פון קליין און פון גרויס!