13 די דאזיקע האבן איין מיינונג, און געבן זייער כוח און ממשלה צו דער חיה.
צו טאן וואס דיין האנט און עצה האט פארויס גוזר געווען, אז עס זאל געשען.
נאר פירט זיך אויף ווי עס שטייט אָן דער בשורה טובה פונם משיח, כדי צי איך קום און זע אייך, אדער קום נישט און הער וועגן אייך, אז איר שטייט אין איין גייסט, און ראנגלען צוזאמען מיט איין נפש פאר דער אמונה פון דער בשורה טובה,
מאכט מיין שמחה פול, אז איר זאלט דענקען דאס זעלביקע, האבנדיק די זעלביקע ליבע, זייענדיק אייניק, האבנדיק איין מחשבה;
זיי וועלן מלחמה האלטן מיט דעם לעמעלע, און דאס לעמעלע וועט זיי מנצח זיין, ווייל עס איז האר איבער הארן, און קעניג איבער קעניגן; און די, וועלכע זענען מיט אים, זענען גערופענע און אויסדערוויילטע און געטרייע.
ווארום ה׳ האט עס זיי געגעבן אין זייערע הערצער אריין, צו טאן זיין עצה, און צו מאכן איין דעה, און צו געבן זייער קעניגרייך צו דער חיה, ביז ה׳ס ווערטער וועלן דערפילט ווערן.