Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די אנטפלעקונג 17:12 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

12 און די צען הערנער, וואס דו האסט געזען, זענען צען מלכים, וועלכע האבן נאך נישט באקומען קיין קעניגרייך; נאר זיי באקומען ממשלה ווי מלכים מיט דער חיה אויף איין שעה.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די אנטפלעקונג 17:12
12 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און מען האט מיר געזאגט: דו מוזט ווידער נבואות זאגן איבער א סך פעלקער און אומות און לשונות און מלכים.


און אן אנדערער צייכן האט זיך באוויזן אין הימל; און אָט א גרויסע שלאנג, פייער רויט, מיט זיבן קעפ און צען הערנער, און אויף די קעפ אירע זיבן דיאדעמען.


און איך האב געזען א חיה ארויפשטייגן אויס דעם ים, האבנדיק צען הערנער און זיבן קעפ, און אויף אירע הערנער צען דיאדעמען, און אויף אירע קעפ נעמען פון לעסטערונג.


און די צען הערנער, וואס דו האסט געזען, און די חיה, זיי וועלן האסן די זונה, און וועלן זי מאכן וויסט און נאקעט, און וועלן פארצערן איר פלייש, און זי פארברענען אין פייער.


פונדערווייטנס וועלן זיי בלייבן שטיין צוליב דער מורא פון אירע ליידן, און וועלן זאגן: וויי, וויי, די שטאט די גרויסע, בבל, די שטאט די שטארקע! מחמת אין איין שעה איז איר משפט געקומען.


אז אין איין (איינציקער) שעה איז אזא עשירות חרוב געווארן. און יעדער שיפסקאפיטאן, און יעדער איינער, וואס פארט (פון ארט) צו ארט אויף א שיף, און מאטראז, און אלע, וועלכע ארבעטן אויפן ים, זענען געשטאנען פונדערווייטנס,


און האבן געווארפן שטויב אויף זייערע קעפ, און געשריגן, וויינענדיק און קלאגנדיק, אזוי צו זאגן: וויי, וויי, דו גרויסע שטאט! אין וועלכער עס זענען רייך געווארן אלע, וואס האבן געהאט שיפן אויפן ים, פון איר וואוילשטאנד! אז אין איין (איינציקער) שעה איז זי חרוב געווארן.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ