3 און דער צווייטער האט אויסגעגאסן זיין געפעס אויף דעם ים; און עס איז געווארן צו בלוט, ווי פון א מת; און עס איז אפגעשטארבן יעדעס לעבעדיקע באשעפעניש, וואס איז געווען אין ים.
און די, וואס האבן אנגענומען זיין ווארט, האבן זיך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה, און עס זענען צוגעקומען יענעם טאג אן ערך דריי טויזנט נפשות.
און אין זיין האנט האט ער געהאט א קליין אפן ספר; און האט געשטעלט זיין רעכטן פוס אויפן ים, און דעם לינקן אויף דער יבשה;
די דאזיקע האבן די מאכט צו פארשליסן דעם הימל, כדי עס זאל נישט פאלן קיין רעגן אין די טעג פון זייער נבואה; און האבן מאכט איבער די וואסערן, צו פארקערן זיי צו בלוט, און צו שלאגן די ערד מיט יעדער פלאג, ווי אפט זיי ווילן נאר.
און איך האב געזען א חיה ארויפשטייגן אויס דעם ים, האבנדיק צען הערנער און זיבן קעפ, און אויף אירע הערנער צען דיאדעמען, און אויף אירע קעפ נעמען פון לעסטערונג.