Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די אנטפלעקונג 16:2 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

2 און דער ערשטער איז אוועק, און האט אויסגעגאסן זיין געפעס אויף דער ערד; און עס זענען געקומען בייזע און ווייטיקדיקע געשווירן אויף די מענטשן, וואס האבן געהאט דעם סימן פון דער חיה און וואס האבן זיך געבוקט צו איר בילד.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די אנטפלעקונג 16:2
22 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און פלוצלונג האט א מלאך פון דעם האר אים א שלאג געטאן, דערפאר וואס ער האט נישט אפגעגעבן דעם כבוד צו ה׳; און ווערנדיק אויפגעפרעסן פון ווערעם, איז ער אויסגעגאנגען.


און עס האט אויסגענוצט די גאנצע ממשלה פון דער ערשטער חיה פאר איר און מאכט די ערד און די, וואס וואוינען אויף איר, אז זיי זאלן זיך בוקן צו דער ערשטער חיה, וואס איר טויטלעכע מכה האט זיך אויסגעהיילט.


און דער, וואס איז געזעסן אויף דעם וואלקן, האט געווארפן זיין שניידמעסער אויף דער ערד; און די ערד איז געשניטן געווארן.


און אן אנדערער מלאך, א דריטער, האט זיי נאכגעפאלגט, זאגנדיק מיט א הויך קול: אויב איינער בוקט זיך צו דער חיה און איר בילד, און נעמט אָן דעם סימן אויף זיין שטערן אדער אויף זיין האנט,


און איך האב געהערט א הויך קול פון דעם היכל זאגן צו די זיבן מלאכים: גייט, און גיסט אויס די זיבן געפעסן פון ה׳ס צארן אויף דער ערד!


און געלעסטערט דעם ג‑ט פון הימל פאר זייערע יסורים און פאר זייערע געשווירן; און האבן נישט תשובה געטאן פון זייערע מעשים.


און דער ערשטער האט געבלאזן, און עס איז געקומען האגל און פייער, אויסגעמישט מיט בלוט, און איז געווארפן געווארן אויף דער ערד; און א דריטל פון דער ערד איז פארברענט געווארן, און א דריטל פון די ביימער איז פארברענט געווארן, און יעדעס גרינע גרעזל איז פארברענט געווארן.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ