אין וועלכע איר זענט אמאל געווען לויט דעם צייטלויף פון דער וועלט, לויט דעם שר פון דער מאכט פון דער לופט, פון דעם גייסט, וואס ווירקט איצט אין די קינדער פון ווידערשפעניקייט—
ווייל דער ראנגלעניש פאר אונדז איז נישט קעגן בלוט און פלייש, נאר קעגן די ממשלות, קעגן די מאכטן, קעגן די וועלטהערשער פון דער דאזיקער פינצטערניש, קעגן די רוחות רעות אין די הימלישע ערטער.
און האט צו מיר געזאגט: עס איז געשען. איך בין דער אלף און דער תוו, דער אנהויב און דער סוף. איך וועל געבן דעם דורשטיקן אויס דעם קוואל פון וואסער פון לעבן אומזיסט.