Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די אנטפלעקונג 16:14 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

14 ווארום זיי זענען טייוולאנישע גייסטער, וועלכע טאן אותות (ומופתים); און גייען צו די מלכים פון דער גאנצער באוואוינטער וועלט, זיי איינצוזאמלען צו דער מלחמה פון דעם גרויסן טאג פון ה׳, דעם אלמעכטיקן—

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די אנטפלעקונג 16:14
33 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און די דאזיקע גוטע בשורה פון דעם מלכות וועט אויסגערופן ווערן אין דער גאנצער באוואוינטער וועלט, ווי אן עדות צו אלע פעלקער, און דעמאלט וועט קומען דער קץ.


מחמת עס וועלן אויפשטיין פאלשע משיחים, און פאלשע נביאים, און וועלן געבן גרויסע אותות און מופתים, אזש צו פארפירן, אויב מעגלעך, אפילו די אויסדערוויילטע.


ווארום עס וועלן אויפשטיין פאלשע משיחים און פאלשע נביאים, און וועלן טאן נסים און וואונדער, כדי צו פארפירן, אויב מעגלעך, די אויסדערוויילטע.


און עס איז געשען אין יענע טעג, א דעקרעט איז ארויסגעגאנגען פון קיסר אויגוסטוס, אז די גאנצע וועלט זאל זיך רעגיסטרירן.


איר זענט פון אייער פאטער, דעם שׂטן, און די שלעכטע גלוסטונגען פון אייער פאטער ווילט איר טאן. ער איז געווען א רוצח פון אנהויב אָן, און איז נישט געשטאנען אין דעם אמת, ווייל עס איז קיין אמת אין אים נישט פאראן. ווען ער רעדט שקר, רעדט ער פון דעם, וואס איז זיין אייגן, ווייל ער איז א ליגנער, און דער פאטער פון שקר.


קודם כל גיב איך אפ א שבח צו מיין ג‑ט דורך יהושע/ישוע המשיחן פאר אייך אלע, ווייל איבער אייער (דרך ה׳) אמונה ווערט גערעדט אין דער גאנצער וועלט.


וואס זיין קומען איז לויט דער ווירקונג פון דעם שׂטן מיט פיל גבורה און פאלשע אותות און מופתים,


דער גייסט אבער זאגט אויסדריקלעך, אז אין שפעטערע צייטן וועלן אייניקע אפפאלן פון דער אמונה, האלטנדיק זיך צו פארפירערישע גייסטער און טייוולאנישע לערנונגען


די דאזיקע חכמה קומט נישט אראפ פון אויבן, נאר איז ערדיש, גשמיותדיק, טייוולאניש.


מיר ווייסן, אז מיר זענען פון ה׳, און די גאנצע וועלט ליגט אין דער (מאכט) פונם נישט גוטן.


און די גרויסע שלאנג איז אראפגעווארפן געווארן, דער נחש הקדמוני, וואס הייסט טייוול און שׂטן, וועלכער האט פארפירט די גאנצע באוואוינטע וועלט; ער איז אראפגעווארפן געווארן אויף דער ערד, און זיינע מלאכים זענען אראפגעווארפן געווארן מיט אים.


און איינער פון אירע קעפ, ווי פארוואונדעט צום טויט; און איר טויטלעכע מכה האט זיך אויסגעהיילט; און די גאנצע ערד האט נאכגעקוקט מיט פארוואונדערונג אויף דער חיה;


און זיי האבן זיי איינגעזאמלט אויף אן ארט, וואס הייסט אויף לשון קודש הר מגידון.


און איך האב געהערט דעם מזבח זאגן: יא, האר, ג‑ט אלמעכטיקער, ווארהאפטיק און גערעכט זענען דיינע משפטים!


זיי וועלן מלחמה האלטן מיט דעם לעמעלע, און דאס לעמעלע וועט זיי מנצח זיין, ווייל עס איז האר איבער הארן, און קעניג איבער קעניגן; און די, וועלכע זענען מיט אים, זענען גערופענע און אויסדערוויילטע און געטרייע.


און וועט ארויסגיין צו פארפירן די פעלקער אין די פיר עקן פון דער ערד, גוג און מגוג, זיי איינצוזאמלען צו דער מלחמה; זייער צאל איז ווי די צאל פון דעם זאמד ביים ים.


ווייל דו האסט אפגעהיטן דאס ווארט פון מיין סבלנות, וועל איך דיך אויך אפהיטן פון דער שעה פון נסיון, וואס גייט קומען איבער דער גאנצער באוואוינטער וועלט, אויסצופרואוון די איינוואוינער אויף דער ערד.


ווייל עס איז געקומען דער גרויסער טאג פון זייער צארן; און ווער איז בכוח בייצושטיין? (מלאכי ג, ב.)


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ