Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די אנטפלעקונג 16:13 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

13 און איך האב געזען פון דעם מויל פון דער שלאנג און פון דעם מויל פון דער חיה און פון דעם מויל פון דעם פאלשן נביא ארויסגיין דריי אומריינע רוחות, ווי פרעש;

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די אנטפלעקונג 16:13
17 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

היט זיך פאר די פאלשע נביאים, וואס קומען צו אייך אין קליידער פון שאף, אינעווייניק אבער זענען זיי פארצוקנדיקע וועלף.


ווארום זיי זענען טייוולאנישע גייסטער, וועלכע טאן אותות (ומופתים); און גייען צו די מלכים פון דער גאנצער באוואוינטער וועלט, זיי איינצוזאמלען צו דער מלחמה פון דעם גרויסן טאג פון ה׳, דעם אלמעכטיקן—


און ער האט א געשריי געטאן מיט א שטארק קול, אזוי צו זאגן: געפאלן, געפאלן איז בבל די גרויסע, און געווארן איז זי א וואוינונג פאר טייוולאנים, און א געפענקעניש פאר יעדן אומריינעם גייסט, און א תפיסה פאר איטלעכן אומריינעם און העסלעכן פויגל!


און די חיה איז געפאנגען געווארן, און מיט איר דער פאלשער נביא, וואס האט געטאן די אותות (ומופתים) פאר איר, מיט וועלכע ער האט פארפירט די, וואס האבן אנגענומען דעם סימן פון דער חיה און זיך געבוקט צו איר בילד; לעבעדיקערהייט זענען זיי ביידע אריינגעווארפן געווארן אין דעם טייך פון פייער, וואס ברענט מיט שוועבל;


און דער טייוול, וואס האט זיי פארפירט, איז אריינגעווארפן געווארן אינם טייך פון פייער און שוועבל, וואו (עס געפינען זיך) אויך די חיה און דער פאלשער נביא; און זיי וועלן געפייניקט ווערן בייטאג און ביינאכט לעלמי עולמים.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ