8 און אן אנדערער, א צווייטער מלאך, האט נאכגעפאלגט, זאגנדיק: געפאלן, געפאלן איז בבל, די גרויסע, וועלכע האט געמאכט אנגעטרונקען אלע פעלקער מיט דעם צארנוויין פון איר זנות.
און זייערע לייבער וועלן ליגן אויף דער גאס פון דער גרויסער שטאט, וואס, רוחניותדיק גערעדט, הייסט סדום און מצרים, וואו אויך זייער האר איז אויפגעהאנגען אויף דער בוים געווארן.
און די גרויסע שטאט איז (צעריסן) געווארן אויף דריי חלקים, און די שטעט פון די אומות (העולם) זענען איינגעפאלן; און בבל די גרויסע איז געדענקט געווארן פאר ה׳, אז ער זאל איר געבן דעם בעכער פון צארנוויין פון זיין גרימצארן.
און די פרוי, וואס דו האסט געזען, איז די גרויסע שטאט, וואס האט א מלכות איבער די מלכים פון דער ערד.
ווייל ווארהאפטיק און גערעכט זענען זיינע משפטים; ווען ער האט געמשפט די גרויסע זונה, וואס האט פארדארבן די ערד מיט איר זנות, און זיך נוקם געווען פאר דעם בלוט פון זיינע קנעכט אויס איר האנט.