Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די אנטפלעקונג 14:11 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

11 און דער רויך פון זייער פייניקונג שטייגט ארויף לעלמי עולמים; און עס האבן נישט קיין מנוחה בייטאג און ביינאכט די, וועלכע בוקן זיך צו דער חיה און איר בילד, און ווער עס נעמט אָן דעם סימן פון איר נאמען.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די אנטפלעקונג 14:11
30 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

קומט צו מיר אלע, וואס הארעווען שווער און זענען באלאסטעט, און איך וועל אייך געבן רו.


דעמאלט וועט ער אויך זאגן צו די אויף דער לינקער זייט: גייט אוועק פון מיר, איר פארשאלטענע, אין דעם אייביקן פייער אריין, וואס איז צוגעגרייט געווארן פארן טייוול און זיינע מלאכים!


און די דאזיקע וועלן אוועקגיין צו אייביקער שטראף; די צדיקים אבער—צום אייביקן לעבן.


אבער אין באצוג אויף דעם זון: דיין טראן, אָ ג‑ט, איז פון אייביקייט ביז אייביקייט, און א סקעפטער פון יושר איז דער סקעפטער פון דיין קעניגרייך.


און דער זיבעטער מלאך האט געבלאזן; און עס זענען געקומען הויכע קולות אין הימל, אזוי צו זאגן: דאס מלכות פון דער וועלט איז געווארן (דאס מלכות) פון אונדזער האר און פון זיין משיח; און ער וועט קעניגן לעלמי עולמים. (דניאל ז, יג-יד.)


און עס האט אויסגענוצט די גאנצע ממשלה פון דער ערשטער חיה פאר איר און מאכט די ערד און די, וואס וואוינען אויף איר, אז זיי זאלן זיך בוקן צו דער ערשטער חיה, וואס איר טויטלעכע מכה האט זיך אויסגעהיילט.


און עס איז איר געגעבן געווארן אריינצוגעבן אטעם אין דעם בילד פון דער חיה, כדי דאס בילד פון דער חיה זאל אויך רעדן, און מאכן, אז אלע, וואס וועלן זיך נישט בוקן צום בילד פון דער חיה, זאלן געטייט ווערן.


און אז קיינער זאל נישט קענען קויפן אדער פארקויפן, אויב ער האט נישט דעם סימן, דעם נאמען פון דער חיה, אדער די צאל פון איר נאמען.


און אן אנדערער מלאך, א דריטער, האט זיי נאכגעפאלגט, זאגנדיק מיט א הויך קול: אויב איינער בוקט זיך צו דער חיה און איר בילד, און נעמט אָן דעם סימן אויף זיין שטערן אדער אויף זיין האנט,


און האבן געשריגן, זעענדיק דעם רויך פון איר ברענען, אזוי צו זאגן: ווער (צווישן שטעט) איז גלייך צו דער גרויסער שטאט?


און וויינען און קלאגן וועלן איבער איר די מלכים פון דער ערד, וועלכע האבן מיט איר מזנה געווען און זיך געלאזט וואוילגיין, ווען זיי וועלן קוקן אויף דעם רויך פון איר פייער;


און א צווייטמאל האבן זיי געזאגט: הללויה! און דער רויך אירער שטייגט ארויף לעלמי עולמים!


און דער טייוול, וואס האט זיי פארפירט, איז אריינגעווארפן געווארן אינם טייך פון פייער און שוועבל, וואו (עס געפינען זיך) אויך די חיה און דער פאלשער נביא; און זיי וועלן געפייניקט ווערן בייטאג און ביינאכט לעלמי עולמים.


און קיין נאכט וועט מער נישט זיין; און מען דארף נישט דאס ליכט פון קיין לייכטער, נישט דאס ליכט פון דער זון; ווייל ג‑ט דער האר וועט לויכטן איבער זיי; און זיי וועלן קעניגן לעלמי עולמים.


זאגנדיק: אמן; די לויב און דער כבוד און די חכמה און דער דאנק און די ערע און די מאכט און די קראפט געהערן צו אונדזער ג‑ט לעלמי עולמים. אמן.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ