Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די אנטפלעקונג 13:6 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

6 און זי האט געעפנט איר מויל צו לעסטערונגען אנטקעגן ה׳, צו לעסטערן זיין נאמען און זיין משכן און די, וועלכע וואוינען אין הימל.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די אנטפלעקונג 13:6
26 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

איר שלאנגענקינדער, ווי אזוי קענט איר רעדן גוטס, זייענדיק (אליין) בייז? מחמת פון דער שפע פון דעם הארץ, רעדט דאך דאס מויל.


מחמת פון הארצן קומען ארויס בייזע מחשבות, מערדערייען, ניאופים, זנות, גנבות, פאלש עדות זאגן, לעסטערונגען.


און דאס ווארט איז געווארן (פארקערפערן) בשר (ודם) און האט געוואוינט צווישן אונדז, און מיר האבן געזען זיין כבוד, א הערלעכקייט ווי פון א בן יחיד ביי זיין פאטער, פול מיט חסד און אמת.


זייער קעל איז אן אפן קבר, מיט זייערע צונגען האבן זיי פאררעטעריש געהאנדלט, שלאנגענגיפט איז אונטער זייערע ליפן (תהלים ה, ח; קמ, ד.);


ווייל עס איז (ג‑ט) וואוילגעפעלן, אז אין אים זאל וואוינען די גאנצע פולקייט;


ווייל אין אים וואוינט די גאנצע פולקייט פון דער ג‑טהייט קערפערלעך,


ווארום א משכן איז געבויט געווארן; דאס ערשטע, אין וועלכן עס איז געווען די מנורה און דער שולחן און דאס לחם הפנים; וואס האט געהייסן קודש;


ווארום דער משיח איז נישט אריינגעגאנגען אין א מקדש, וואס איז געווען געמאכט פון מענטשלעכע הענט, א בילד פון דעם אמתן; נאר ממש אין הימל אריין, איצט צו דערשיינען פאר ה׳ס פנים פאר אונדזערטוועגן;


און האבן געהערט א הויך קול פון הימל זאגן צו זיי: קומט ארויף אהער! און זיי זענען ארויפגעגאנגען אין הימל אריין אין א וואלקן; און זייערע שונאים האבן זיי געזען.


צוליב דעם פריידט זיך, איר הימלען, און איר, וועלכע וואוינט אין זיי. וויי צו דער ערד און צום ים! ווייל דער טייוול האט אראפגענידערט צו אייך, האבנדיק א געוואלדיקן צארן, וויסנדיק, אז ער האט בלויז א קליינע צייט.


און נאך דעם האב איך געזען, און עס האט זיך אויפגעמאכט דער היכל פון דעם משכן העדות אין הימל;


פריי דיך איבער איר, אָ הימל, און די קדושים, און די שליחים, און די נביאים; ווייל ה׳ האט געמשפט אייער משפט אויף איר.


און האב געהערט א הויך קול פון דעם כסא הכבוד, אזוי צו זאגן: זע, דאס משכן פון ה׳ איז מיט די מענטשן, און ער וועט וואוינען צווישן זיי, און זיי וועלן זיין זיינע פעלקער, און ה׳ אליין וועט זיין מיט זיי,


נאך דעם האב איך געזען, און אָט א טיר איז געשטאנען אפן אין הימל, און דאס ערשטע קול, וואס איך האב געהערט, ווי פון א שופר רעדן מיט מיר, האט געזאגט: קום ארויף אהער, און איך וועל דיר ווייזן, וואס עס דארף געשען נאך די דאזיקע זאכן.


און ארום און ארום דעם כסא הכבוד זענען געווען פיראונצוואנציק טראנען; און אויף די טראנען האב איך געזען פיראונצוואנציק זקנים זיצן, אנגעטאן אין ווייסע קליידער (קיטל); און אויף זייערע קעפ גאלדענע קרוינען.


און יעדעס באשעפעניש, וואס איז אין הימל, און אויף דער ערד, און אונטער דער ערד, און אויפן ים, און וואס איז אין זיי, אלע האב איך געהערט זאגן: צו אים, וועלכער זיצט אויף דעם כסא הכבוד, און צו דעם לעמעלע, זאל זיין די לויב און די ערע און דער כבוד און די הערשאפט לעלמי עולמים! (דניאל ז, יג-יד.)


דערפאר זענען זיי פאר ה׳ס כסא הכבוד; און דינען אים טאג און נאכט אין זיין היכל; און דער, וואס זיצט אויף דעם כסא הכבוד, וועט געבן זיין געצעלט איבער זיי.


נאך דעם האב איך געזען, און אָט א גרויסער המון, וואס קיינער האט אים נישט געקענט איבערציילן, פון אלע אומות (העולם) און שבטים און אומות און לשונות, שטיין פאר דעם כסא הכבוד און פאר דעם לעמעלע, אנגעקליידט אין ווייסע קליידער, מיט פאלמענצווייגן אין זייערע הענט;


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ