Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די אנטפלעקונג 13:4 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

4 און מען האט זיך געבוקט צו דער שלאנג, ווייל זי האט געגעבן די ממשלה צו דער חיה; אויך האט מען זיך געבוקט צו דער חיה, אזוי צו זאגן: ווער איז גלייך צו דער חיה? און ווער קען מלחמה האלטן מיט איר?

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די אנטפלעקונג 13:4
18 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

פאר די אומגלויביקע, וואס דער ג‑ט פון דער דאזיקער וועלט האט אין זיי פארבלענדט די געדאנקען, כדי עס זאל זיי נישט אויפגיין דאס ליכט פון דער גוטער בשורה פון דער הערלעכקייט פון דעם משיח, וועלכער איז דאס דמות פון ה׳.


וועלכער שטעלט זיך אנטקעגן און דערהייבט זיך איבער אלעם, וואס מען רופט ג‑ט אדער עבודה; אזוי, אז ער וועט זיך אנידערזעצן אין דעם היכל פון ה׳, באווייזנדיק זיך, אז ער איז ג‑ט.


און אן אנדערער צייכן האט זיך באוויזן אין הימל; און אָט א גרויסע שלאנג, פייער רויט, מיט זיבן קעפ און צען הערנער, און אויף די קעפ אירע זיבן דיאדעמען.


און איר וויידל ציט אראפ א דריט חלק פון די שטערן פון הימל, און האט זיי געשליידערט אויף דער ערד; און די שלאנג האט זיך געשטעלט פאר דער פרוי, וועלכע האט געהאלטן ביים געבוירן, כדי ווען זי וועט האבן איר קינד, זאל זי (די שלאנג) עס איינשלינגען.


און איך האב געזען אן אנדערע חיה ארויפשטייגן פון דער ערד; און זי האט געהאט צוויי הערנער, ענלעך צום לעמעלע, און גערעדט ווי א שלאנג.


און עס איז איר געגעבן געווארן אריינצוגעבן אטעם אין דעם בילד פון דער חיה, כדי דאס בילד פון דער חיה זאל אויך רעדן, און מאכן, אז אלע, וואס וועלן זיך נישט בוקן צום בילד פון דער חיה, זאלן געטייט ווערן.


און די חיה, וואס איך האב געזען, איז געווען ענלעך צו א לעמפערט, און אירע פיס, ווי פון א בער, און איר מויל, ווי דאס מויל פון א לייב; און די שלאנג האט איר געגעבן איר גבורה און איר טראן און גרויסע ממשלה.


זיי וועלן מלחמה האלטן מיט דעם לעמעלע, און דאס לעמעלע וועט זיי מנצח זיין, ווייל עס איז האר איבער הארן, און קעניג איבער קעניגן; און די, וועלכע זענען מיט אים, זענען גערופענע און אויסדערוויילטע און געטרייע.


און האבן געשריגן, זעענדיק דעם רויך פון איר ברענען, אזוי צו זאגן: ווער (צווישן שטעט) איז גלייך צו דער גרויסער שטאט?


און די איבריקע מענטשן, וועלכע זענען נישט אומגעקומען אין די דאזיקע מגפות, האבן נישט תשובה געטאן פון די מעשים פון זייערע הענט, אז זיי זאלן זיך נישט בוקן צו טייוולאנים, און אפג‑טער פון גאלד און זילבער און קופער און שטיין און האלץ, וואס קענען נישט זען, נישט הערן, נישט ארומגיין;


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ