Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די אנטפלעקונג 13:2 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

2 און די חיה, וואס איך האב געזען, איז געווען ענלעך צו א לעמפערט, און אירע פיס, ווי פון א בער, און איר מויל, ווי דאס מויל פון א לייב; און די שלאנג האט איר געגעבן איר גבורה און איר טראן און גרויסע ממשלה.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די אנטפלעקונג 13:2
27 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

דער האר אבער איז געשטאנען ביי מיר, און האט מיך געשטארקט, כדי די בשורה טובה זאל באשטעטיקט ווערן דורך מיר, און אלע אומות (העולם) זאלן זי הערן; און איך בין ניצול געווארן פון דעם לייבס מויל.


זייט ניכטער, זייט וואכזאם; אייער שונא, דער שׂטן, גייט ארום ווי א ברומענדיקער לייב, זוכנדיק וועמען איינצושלינגען;


און ווען די שלאנג האט געזען, אז זי איז אראפגעווארפן געווארן אויף דער ערד, האט זי פארפאלגט די פרוי, וועלכע האט געבוירן דעם זכר.


און די שלאנג האט אויסגעשפיגן פון איר מויל הינטער דער פרוי וואסער, ווי א שטראם, כדי זי זאל מיטגעריסן ווערן פון דעם שטראם.


און די גרויסע שלאנג איז אראפגעווארפן געווארן, דער נחש הקדמוני, וואס הייסט טייוול און שׂטן, וועלכער האט פארפירט די גאנצע באוואוינטע וועלט; ער איז אראפגעווארפן געווארן אויף דער ערד, און זיינע מלאכים זענען אראפגעווארפן געווארן מיט אים.


און עס האט אויסגענוצט די גאנצע ממשלה פון דער ערשטער חיה פאר איר און מאכט די ערד און די, וואס וואוינען אויף איר, אז זיי זאלן זיך בוקן צו דער ערשטער חיה, וואס איר טויטלעכע מכה האט זיך אויסגעהיילט.


און מען האט זיך געבוקט צו דער שלאנג, ווייל זי האט געגעבן די ממשלה צו דער חיה; אויך האט מען זיך געבוקט צו דער חיה, אזוי צו זאגן: ווער איז גלייך צו דער חיה? און ווער קען מלחמה האלטן מיט איר?


און דער פיפטער האט אויסגעגאסן זיין געפעס אויף דעם טראן פון דער חיה; און איר מלכות איז פארפינסטערט געווארן; און זיי האבן זיך צעביסן זייערע צונגען פון שמארץ,


און די צען הערנער, וואס דו האסט געזען, זענען צען מלכים, וועלכע האבן נאך נישט באקומען קיין קעניגרייך; נאר זיי באקומען ממשלה ווי מלכים מיט דער חיה אויף איין שעה.


און די חיה איז געפאנגען געווארן, און מיט איר דער פאלשער נביא, וואס האט געטאן די אותות (ומופתים) פאר איר, מיט וועלכע ער האט פארפירט די, וואס האבן אנגענומען דעם סימן פון דער חיה און זיך געבוקט צו איר בילד; לעבעדיקערהייט זענען זיי ביידע אריינגעווארפן געווארן אין דעם טייך פון פייער, וואס ברענט מיט שוועבל;


איך ווייס, וואו דו וואוינסט: דארטן, וואו עס איז דעם שׂטנס טראן; און האלטסט פעסט מיין נאמען, און האסט נישט אפגעלייקנט מיין אמונה, אפילו אין די טעג פון אנטיפאס, מיין געטרייען עדות, וואס איז געטייט געווארן ביי אייך, וואו דער שׂטן וואוינט.


און ער האט געכאפט די שלאנג, דעם נחש הקדמוני, וואס איז דער טייוול (אליין) און דער שׂטן, און אים געבונדן אויף טויזנט יאר,


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ