די אנטפלעקונג 13:16 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה16 און זי מאכט אלעמען, די קליינע און די גרויסע, סאי די רייכע סאי די ארעמע, סאי די פרייע סאי די קנעכט, אז זיי זאלן זיך געבן א סימן אויף זייער רעכטער האנט אדער אויף זייער שטערן; အခန်းကိုကြည့်ပါ။ |
און די חיה איז געפאנגען געווארן, און מיט איר דער פאלשער נביא, וואס האט געטאן די אותות (ומופתים) פאר איר, מיט וועלכע ער האט פארפירט די, וואס האבן אנגענומען דעם סימן פון דער חיה און זיך געבוקט צו איר בילד; לעבעדיקערהייט זענען זיי ביידע אריינגעווארפן געווארן אין דעם טייך פון פייער, וואס ברענט מיט שוועבל;
און איך האב געזען טראנען, און מען האט זיך אנידערגעזעצט אויף זיי, און דאס משפט איז זיי געגעבן געווארן; און די נשמות פון די, וואס מען האט זיי אפגעהאקט דעם קאפ צוליב דעם עדות זאגן פון יהושען/ישוען און צוליב ה׳ס ווארט, און וועלכע האבן זיך נישט געבוקט צו דער חיה, נישט צו איר בילד, און נישט אנגענומען דעם סימן אויף זייער שטערן און נישט אויף זייער האנט; און זיי זענען לעבעדיק געווארן, און האבן געקעניגט צוזאמען מיט דעם משיח טויזנט יאר.