Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די אנטפלעקונג 13:15 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

15 און עס איז איר געגעבן געווארן אריינצוגעבן אטעם אין דעם בילד פון דער חיה, כדי דאס בילד פון דער חיה זאל אויך רעדן, און מאכן, אז אלע, וואס וועלן זיך נישט בוקן צום בילד פון דער חיה, זאלן געטייט ווערן.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די אנטפלעקונג 13:15
25 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

ווארום פונקט ווי א גוף אָן א נשמה איז טויט, אויך אזוי איז די אמונה אָן מעשים טויט.


און איך האב געזען א חיה ארויפשטייגן אויס דעם ים, האבנדיק צען הערנער און זיבן קעפ, און אויף אירע הערנער צען דיאדעמען, און אויף אירע קעפ נעמען פון לעסטערונג.


און עס האט אויסגענוצט די גאנצע ממשלה פון דער ערשטער חיה פאר איר און מאכט די ערד און די, וואס וואוינען אויף איר, אז זיי זאלן זיך בוקן צו דער ערשטער חיה, וואס איר טויטלעכע מכה האט זיך אויסגעהיילט.


און פארפירט די איינוואוינער אויף דער ערד דורך די מופתים, וואס זענען איר געגעבן געווארן צו טאן פאר דער חיה; און זאגט צו די איינוואוינער אויף דער ערד, אז זיי זאלן מאכן א בילד צו דער חיה, וואס האט די וואונד פון דער שווערד און איז (געבליבן) לעבן.


און דער רויך פון זייער פייניקונג שטייגט ארויף לעלמי עולמים; און עס האבן נישט קיין מנוחה בייטאג און ביינאכט די, וועלכע בוקן זיך צו דער חיה און איר בילד, און ווער עס נעמט אָן דעם סימן פון איר נאמען.


און אן אנדערער מלאך, א דריטער, האט זיי נאכגעפאלגט, זאגנדיק מיט א הויך קול: אויב איינער בוקט זיך צו דער חיה און איר בילד, און נעמט אָן דעם סימן אויף זיין שטערן אדער אויף זיין האנט,


און דער ערשטער איז אוועק, און האט אויסגעגאסן זיין געפעס אויף דער ערד; און עס זענען געקומען בייזע און ווייטיקדיקע געשווירן אויף די מענטשן, וואס האבן געהאט דעם סימן פון דער חיה און וואס האבן זיך געבוקט צו איר בילד.


און איך האב געהערט דעם מלאך פון די וואסערן זאגן: דו ביסט גערעכט, וואס ביסט און ביסט געווען, דער הייליקער, מחמת דו האסט אזוי געמשפט;


זיי וועלן מלחמה האלטן מיט דעם לעמעלע, און דאס לעמעלע וועט זיי מנצח זיין, ווייל עס איז האר איבער הארן, און קעניג איבער קעניגן; און די, וועלכע זענען מיט אים, זענען גערופענע און אויסדערוויילטע און געטרייע.


ווארום ה׳ האט עס זיי געגעבן אין זייערע הערצער אריין, צו טאן זיין עצה, און צו מאכן איין דעה, און צו געבן זייער קעניגרייך צו דער חיה, ביז ה׳ס ווערטער וועלן דערפילט ווערן.


און איך האב געזען די פרוי שכור מיט דעם בלוט פון די קדושים, און מיט דעם בלוט פון ישועס עדות. און זעענדיק זי, בין איך נשתומם געווארן מיט א גרויסער דערשטוינונג.


פריי דיך איבער איר, אָ הימל, און די קדושים, און די שליחים, און די נביאים; ווייל ה׳ האט געמשפט אייער משפט אויף איר.


און אין איר איז געפונען געווארן דאס בלוט פון די נביאים און קדושים, און פון אלע הרוגים אויף דער ערד.


און די חיה איז געפאנגען געווארן, און מיט איר דער פאלשער נביא, וואס האט געטאן די אותות (ומופתים) פאר איר, מיט וועלכע ער האט פארפירט די, וואס האבן אנגענומען דעם סימן פון דער חיה און זיך געבוקט צו איר בילד; לעבעדיקערהייט זענען זיי ביידע אריינגעווארפן געווארן אין דעם טייך פון פייער, וואס ברענט מיט שוועבל;


און איך האב געזען טראנען, און מען האט זיך אנידערגעזעצט אויף זיי, און דאס משפט איז זיי געגעבן געווארן; און די נשמות פון די, וואס מען האט זיי אפגעהאקט דעם קאפ צוליב דעם עדות זאגן פון יהושען/ישוען און צוליב ה׳ס ווארט, און וועלכע האבן זיך נישט געבוקט צו דער חיה, נישט צו איר בילד, און נישט אנגענומען דעם סימן אויף זייער שטערן און נישט אויף זייער האנט; און זיי זענען לעבעדיק געווארן, און האבן געקעניגט צוזאמען מיט דעם משיח טויזנט יאר.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ