Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די אנטפלעקונג 13:11 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

11 און איך האב געזען אן אנדערע חיה ארויפשטייגן פון דער ערד; און זי האט געהאט צוויי הערנער, ענלעך צום לעמעלע, און גערעדט ווי א שלאנג.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די אנטפלעקונג 13:11
17 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

היט זיך פאר די פאלשע נביאים, וואס קומען צו אייך אין קליידער פון שאף, אינעווייניק אבער זענען זיי פארצוקנדיקע וועלף.


ווארום אזעלכע מענטשן דינען נישט אונדזער האר משיח, נאר זייער אייגענעם בויך; און דורך שיינע און גלאטע רייד פארפירן זיי די הערצער פון די פשוטע מענטשן.


וועלכער שטעלט זיך אנטקעגן און דערהייבט זיך איבער אלעם, וואס מען רופט ג‑ט אדער עבודה; אזוי, אז ער וועט זיך אנידערזעצן אין דעם היכל פון ה׳, באווייזנדיק זיך, אז ער איז ג‑ט.


און ווען זיי וועלן פארענדיקן זייער עדות זאגן, וועט די חיה, וואס קומט ארויף אויס דעם תהום, מלחמה האלטן מיט זיי, און זיי מנצח זיין, און זיי טייטן.


און די שלאנג איז געווארן צארנדיק אויף דער פרוי, און איז אוועק מלחמה האלטן מיט די איבריקע פון איר זאמען, וואס היטן אפ ה׳ס געבאטן און האבן דאס עדות פון יהושען/ישוען.


און איך האב געזען א חיה ארויפשטייגן אויס דעם ים, האבנדיק צען הערנער און זיבן קעפ, און אויף אירע הערנער צען דיאדעמען, און אויף אירע קעפ נעמען פון לעסטערונג.


און אז קיינער זאל נישט קענען קויפן אדער פארקויפן, אויב ער האט נישט דעם סימן, דעם נאמען פון דער חיה, אדער די צאל פון איר נאמען.


און מען האט זיך געבוקט צו דער שלאנג, ווייל זי האט געגעבן די ממשלה צו דער חיה; אויך האט מען זיך געבוקט צו דער חיה, אזוי צו זאגן: ווער איז גלייך צו דער חיה? און ווער קען מלחמה האלטן מיט איר?


און איך האב געזען פון דעם מויל פון דער שלאנג און פון דעם מויל פון דער חיה און פון דעם מויל פון דעם פאלשן נביא ארויסגיין דריי אומריינע רוחות, ווי פרעש;


און איך האב געזען די פרוי שכור מיט דעם בלוט פון די קדושים, און מיט דעם בלוט פון ישועס עדות. און זעענדיק זי, בין איך נשתומם געווארן מיט א גרויסער דערשטוינונג.


די חיה, וואס דו האסט געזען, איז געווען, און איז (מער) נישטא, און וועט ארויפשטייגן אויס דעם תהום און גיין צו פארדארבונג. און די איינוואוינער אויף דער ערד, וועמעס נאמען איז נישט פארשריבן אין דעם ספר החיים פון בריאת העולם אָן, וועלן זיך וואונדערן, ווען זיי וועלן זען די חיה, אז זי איז געווען און איז (מער) נישטא און וועט ווידער זיין.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ