2 און זי איז מעוברת און שרייט פון ווייען און שמארצן (גייענדיק) צו קינד.
דאס אלץ אבער איז דער אנהויב פון די ווייען.
א פרוי, ווען זי גייט צו קינד, איז טרויעריק, ווייל איר שעה איז געקומען; ווען אבער זי האט געבוירן דאס קינד, געדענקט זי מער נישט די אנגסט, צוליב דער פרייד, אז א מענטש איז געבוירן געווארן אין דער וועלט אריין.
קינדער מיינע, פאר וועמען איך לייד ווידער געבורטסווייען, ביז משיח וועט נישט געווינען אין אייך געשטאלט,
ווארום עס שטייט געשריבן: פריי דיך, דו עקרה, וועלכע האט נישט געבוירן, ברעך אויס אין געזאנג, און שריי, אָ דו, וועלכע האט נישט קיין געבורטסווייען; ווייל פיל מער זענען די קינדער פון דער פארלאזטער, ווי פון דער, וועלכע האט דעם מאן. (ישעיהו נד, א.)
און איר וויידל ציט אראפ א דריט חלק פון די שטערן פון הימל, און האט זיי געשליידערט אויף דער ערד; און די שלאנג האט זיך געשטעלט פאר דער פרוי, וועלכע האט געהאלטן ביים געבוירן, כדי ווען זי וועט האבן איר קינד, זאל זי (די שלאנג) עס איינשלינגען.