15 און די שלאנג האט אויסגעשפיגן פון איר מויל הינטער דער פרוי וואסער, ווי א שטראם, כדי זי זאל מיטגעריסן ווערן פון דעם שטראם.
איך פארכט מיך אבער, טאמער, ווי די שלאנג האט פארפירט חוהן מיט איר כיטרעקייט, וועלן אייערע געדאנקען פארדארבן ווערן פון דער אויפריכטיקייט און לויטערקייט לגבי דעם משיח.
און די ערד איז געקומען דער פרוי צו הילף, און די ערד האט אויפגעמאכט איר מויל, און איינגעשלונגען דעם שטראם, וואס די שלאנג האט אויסגעשפיגן פון איר מויל.
און די גרויסע שלאנג איז אראפגעווארפן געווארן, דער נחש הקדמוני, וואס הייסט טייוול און שׂטן, וועלכער האט פארפירט די גאנצע באוואוינטע וועלט; ער איז אראפגעווארפן געווארן אויף דער ערד, און זיינע מלאכים זענען אראפגעווארפן געווארן מיט אים.
און ער זאגט צו מיר: די וואסערן, וואס דו האסט געזען, וואו די זונה זיצט, זענען פעלקער און המונים מענטשן און אומות און לשונות.
און ער האט געכאפט די שלאנג, דעם נחש הקדמוני, וואס איז דער טייוול (אליין) און דער שׂטן, און אים געבונדן אויף טויזנט יאר,