Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די אנטפלעקונג 12:1 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

1 און א גרויס מופת האט זיך באוויזן אין הימל: א פרוי געקליידט מיט דער זון, און די לבנה אונטער אירע פיס, און אויף איר קאפ א קרוין פון צוועלף שטערן;

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די אנטפלעקונג 12:1
35 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

דעמאלט האבן אים אייניקע פון די סופרים און פרושים געענטפערט, אזוי צו זאגן: רבי, מיר ווילן זען א צייכן פון דיר!


און דעמאלט וועט זיך באווייזן דאס צייכן פון דעם בר אנש אין הימל, און דעמאלט וועלן אלע משפחות פון דער ערד קלאגן, און וועלן זען דעם בר אנש קומען אויף די וואלקנס פון הימל מיט גרויס מאכט און הערלעכקייט. (דניאל ז, יג, יד.)


און די שטערן וועלן פאלן פון הימל, און די קרעפטן אין הימל וועלן דערשיטערט ווערן. (ישעיהו לד, ד.)


עס וועלן זיין געוואלדיקע ערדציטערנישן, און דא און דארטן הונגער און מגפות; און שרעקלעכע זאכן און גרויסע צייכנס פון הימל וועלן זיין.


און עס וועלן זיין סימנים אין דער זון און לבנה און שטערנס; און אויף דער ערד אנגסט אויף פעלקער; און זיי וועלן נישט וויסן קיין עצה זיך צו געבן, מחמת דעם ברויזן פון ים און די כוואליעס;


ווער עס האט די כלה, דער איז דער חתן; אבער דער פריינד פון דעם חתן, וואס שטייט און הערט זיך צו צו אים, טוט מיט שמחה זיך פרייען איבער דעם חתנס קול; אָט די דאזיקע פרייד מיינע איז דערפילט.


איך וועל געבן מופתים אויבן אין הימל און אותות אונטן אויף דער ערד, בלוט און פייער און א וואלקן רויך.


נאר טוט אָן דעם האר יהושע/ישוע המשיח, און זעט, אז אייער זארגן פאר קערפער זאל נישט דערפירן צום באפרידיקן די תאוות.


די גערעכטיקייט פון ה׳, דורך אמונה אין יהושען/ישוען דעם משיח, פאר אלע, וואס גלויבן, ווייל עס איז נישטא קיין חילוק;


ווארום איך אייפער פאר אייך מיט א ג‑טלעכער אייפערזוכט, ווייל איך האב אייך פארקנסט צו איין מאן, ווי א לויטערע בתולה פארצושטעלן פאר דעם משיח.


ווארום איר אלע, וועלכע זענען געטובלט געווארן אין דער מקווה צום משיח, האבן זיך אנגעטאן משיחן.


אבער דאס ירושלים של מעלה איז פריי, דאס איז אונדזער מוטער.


פאר מיר אבער חלילה זאל עס זיין זיך צו בארימען, אחוץ מיט דעם בוים פון דעם האר אונדזערן יהושע/ישוע המשיח, דורך וועלכן די עולם הזה איז אויפגעהאנגען אויף דער בוים געווארן צו מיר, און איך צו דער עולם הזה.


דאס דאזיקע איז א גרויסער סוד, איך רעד אבער פון דעם משיח און דער קהלה.


דעם סוד פון די זיבן שטערן, וועלכע דו האסט געזען אויף מיין רעכטער האנט, און די זיבן גאלדענע מנורות. די זיבן שטערן זענען מלאכים פון די זיבן קהלות; און די זיבן מנורות זענען די זיבן קהלות.


און עס האט זיך אויפגעמאכט דער היכל פון ה׳ אין הימל, און אין זיין היכל האט זיך באוויזן דער ארון הברית; און עס זענען געקומען בליצן און קולות און דונערן און אן ערדציטערניש און א געוואלדיקער האגל.


און אן אנדערער צייכן האט זיך באוויזן אין הימל; און אָט א גרויסע שלאנג, פייער רויט, מיט זיבן קעפ און צען הערנער, און אויף די קעפ אירע זיבן דיאדעמען.


און איך האב געזען אן אנדער מופת אין הימל, גרויס און וואונדערבאר: זיבן מלאכים, וועלכע האבן געהאט די זיבן לעצטע מכות, ווייל מיט די דאזיקע האט זיך פארענדיקט ה׳ס צארן.


און די מויער פון דער שטאט האט צוועלף פונדאמענטן, און אויף זיי זענען די צוועלף נעמען פון די צוועלף שליחים פון דעם לעמעלע.


און די שטאט דארף נישט האבן די זון, נישט די לבנה, זי צו באלויכטן; ווארום דער כבוד פון ה׳ האט געשיינט איבער איר, און דאס לעמעלע איז איר ליכט. (ישעיהו ס, יט.)


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ