און אין יענער שעה איז געווארן א גרויסע ערדציטערניש, און א צענטל פון דער שטאט איז איינגעפאלן; און אין דער ערדציטערניש זענען אומגעקומען זיבן טויזנט מענטשן; און די איבריקע זענען פול געווארן מיט מורא, און האבן אפגעגעבן כבוד צום ג‑ט פון הימל.
און דער וויינקעלטער איז געטרעטן געווארן אויסער דער שטאט, און בלוט איז ארויסגעפלאסן פון דעם וויינקעלטער, ביז צו די ציימלעך פון די פערד, א שטח פון טויזנט זעקס הונדערט אקער פעלד.
און די גרויסע שטאט איז (צעריסן) געווארן אויף דריי חלקים, און די שטעט פון די אומות (העולם) זענען איינגעפאלן; און בבל די גרויסע איז געדענקט געווארן פאר ה׳, אז ער זאל איר געבן דעם בעכער פון צארנוויין פון זיין גרימצארן.
און עס איז געקומען איינער פון די זיבן מלאכים, וועלכע האבן געהאט די זיבן געפעסן, און האט גערעדט מיט מיר, אזוי צו זאגן: קום, איך וועל דיר ווייזן דאס משפט פון דער גרויסער זונה, וואס זיצט אויף פיל וואסערן;
פונדערווייטנס וועלן זיי בלייבן שטיין צוליב דער מורא פון אירע ליידן, און וועלן זאגן: וויי, וויי, די שטאט די גרויסע, בבל, די שטאט די שטארקע! מחמת אין איין שעה איז איר משפט געקומען.