4 די דאזיקע זענען די צוויי איילבערטביימער און די צוויי מנורות, וואס שטייען פאר דעם רבונו של עולם.
קיינער צינדט נישט אָן קיין ליכט און שטעלט עס אויף א פארבארגן ארט, אויך נישט אונטער א מאסשעפל, נאר אויף א לייכטער, כדי די, וואס קומען אריין, זאלן זען דעם העלן שיין.
דעריבער וואכט אין יעדער צייט, און טוט תפילה, אז איר זאלט ווערטיק זיין צו אנטרינען די דאזיקע אלע זאכן, וואס דארפן געשען, און צו שטיין פאר דעם בר אנש!
און אויב אייניקע פון די צווייגן זענען אפגעבראכן געווארן, דו אבער, זייענדיק א ווילדער איילבערט בוים, ביסט צוגעזעצט געווארן צווישן זיי און ביסט געווארן מיט זיי אן אנטיילנעמער פונם ווארצל פון דעם איילבערט בוים און זיין פעטקייט,
דעם סוד פון די זיבן שטערן, וועלכע דו האסט געזען אויף מיין רעכטער האנט, און די זיבן גאלדענע מנורות. די זיבן שטערן זענען מלאכים פון די זיבן קהלות; און די זיבן מנורות זענען די זיבן קהלות.