אין יענער צייט האט יהושע/ישוע ענטפערנדיק געזאגט: איך לויב דיך, פאטער, האר פון הימל און ערד, אז דו האסט פארבארגן די דאזיקע זאכן פון די חכמים און נבונים, און זיי אנטפלעקט צו קליינע קינדער!
און אין דער זעלביקער שעה האט ער זיך געפריידט אינם רוח הקודש און געזאגט: איך לויב דיך, פאטער, האר פון הימל און ערד, ווייל דו האסט פארהוילן די דאזיקע זאכן פון די חכמים און נבונים, און האסט זיי אנטפלעקט צו קליינע קינדער; יא, פאטער, ווייל אזוי איז עס געווען וואוילגעפעליק פאר דיר.
יוחנן צו די זיבן קהלות אין (קליין) אזיען: חסד צו אייך און שלום פון אים, וועלכער איז און איז געווען און וועט קומען; און פון די זיבן גייסטער, וואס זענען פאר זיין כסא הכבוד;
ווארום זיי זענען טייוולאנישע גייסטער, וועלכע טאן אותות (ומופתים); און גייען צו די מלכים פון דער גאנצער באוואוינטער וועלט, זיי איינצוזאמלען צו דער מלחמה פון דעם גרויסן טאג פון ה׳, דעם אלמעכטיקן—
און איך האב געהערט, ווי א קול פון א גרויסן המון מענטשן, און ווי דאס ברויזן פון א סך וואסערן, און ווי די קול פון שטארקע דונערן, זאגנדיק: הללויה! דען דער האר, אונדזער ג‑ט, דער אלמעכטיקער, איז געווארן מלך!