Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די אנטפלעקונג 11:12 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

12 און האבן געהערט א הויך קול פון הימל זאגן צו זיי: קומט ארויף אהער! און זיי זענען ארויפגעגאנגען אין הימל אריין אין א וואלקן; און זייערע שונאים האבן זיי געזען.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די אנטפלעקונג 11:12
21 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און אין שאול תחתית האט ער אויפגעהויבן זיינע אויגן, זייענדיק אין יסורים, און זעט אברהמען פונדערווייטנס און אלעזרן אין זיין שויס.


און האבנדיק דאס געזאגט, איז ער ארויפגענומען געווארן, און זיי האבן עס געזען, און א וואלקן האט אים אוועקגענומען פון זייערע אויגן.


דאן מיר, די לעבעדיקע, וועלכע זענען איבערגעבליבן, וועלן צוזאמען מיט זיי ארויפגעכאפט ווערן אין די וואלקנס, צו באגעגענען דעם האר אין דער לופט; און אזוי וועלן מיר תמיד זיין מיט דעם האר.


און זי האט געהאט א בן זכר, וועלכער וועט הערשן איבער אלע פעלקער מיט אן אייזערנער רוט (תהלים ב, ח-ט.); און איר קינד איז ארויפגעכאפט געווארן צו ה׳ און צו זיין כסא הכבוד.


ווער עס איז מנצח, דעם וועל איך געבן צו זיצן מיט מיר אויף מיין כסא הכבוד, ווי אויך איך האב מנצח געווען און מיך אנידערגעזעצט מיט מיין פאטער אויף זיין כסא הכבוד.


נאך דעם האב איך געזען, און אָט א טיר איז געשטאנען אפן אין הימל, און דאס ערשטע קול, וואס איך האב געהערט, ווי פון א שופר רעדן מיט מיר, האט געזאגט: קום ארויף אהער, און איך וועל דיר ווייזן, וואס עס דארף געשען נאך די דאזיקע זאכן.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ