5 און דער מלאך, וועלכן איך האב געזען שטיין אויפן ים און אויף דער יבשה, האט אויפגעהויבן זיין רעכטע האנט צום הימל,
מענער, פארוואס טוט איר דאס? אויך מיר זענען מענטשן מיט געפילן ענלעך צו אייך, און זאגן אייך אָן א בשורה טובה, זיך אפצוקערן פון די דאזיקע נישטיקייטן צום לעבעדיקן ג‑ט, וועלכער האט באשאפן הימל און ערד און דעם ים און אלץ, וואס (געפינט זיך) אין זיי;
ווארום פארבייגייענדיק און זעענדיק אייערע הייליקטימער, האב איך אויך געפונען א מזבח, אויף וועלכן עס איז געווען אויפגעשריבן: צום אומבאקאנטן ג‑ט. זעט, דאס דאזיקע, וואס איר קענט נישט און דינט, זאג איך אייך אָן.
ווארום די אומזיכטבארע זאכן זיינע, זינט דער וועלטבאשאפונג, ווערן זיכטבאר דורך באשאפענע זאכן, (נעמלעך) זיין אייביקע קראפט און ג‑טהייט, כדי זיי זאלן זיין אָן א תירוץ:
ווארום ווען ה׳ האט געמאכט די הבטחה צו אברהמען, אזוי ווי ער האט נישט געהאט קיין גרעסערן, ביי וועמען צו שווערן, האט ער געשוואוירן ביי זיך אליין,
און דער לעבעדיקער; איך בין געווען טויט, און אָט לעב איך לעלמי עולמים, און האב דעם שליסל פון טויט און פון שאול תחתית.
און אין זיין האנט האט ער געהאט א קליין אפן ספר; און האט געשטעלט זיין רעכטן פוס אויפן ים, און דעם לינקן אויף דער יבשה;
און האט געזאגט מיט א הויך קול: האט מורא פאר ה׳, און גיט אים אפ כבוד, ווייל עס איז געקומען די שעה פון זיין משפט; און בוקט זיך צום באשעפער פון הימל און ערד און ים און קוואלן וואסער.
און דער זיבעטער האט אויסגעגאסן זיין געפעס אין דער לופטן; און עס איז ארויסגעקומען א הויך קול אויס דעם היכל, פון דעם כסא הכבוד, זאגנדיק: עס איז געשען!
ראוי ביסטו, אָ האר אונדזער ג‑ט, אנצונעמען כבוד און ערע און מאכט; ווייל דו האסט אלץ באשאפן, און דורך דיין רצון זענען זיי דא און באשאפן געווארן.
און ווען די חיות געבן אפ כבוד און ערע און לויב צו דעם, וועלכער זיצט אויף דעם כסא הכבוד, דעם, וועלכער לעבט לעלמי עולמים,