און איך האב גענומען דאס ספר אויס דער האנט פון דעם מלאך, און האב עס אויפגעגעסן; און עס איז געווען אין מיין מויל אזוי זיס, ווי האניק, און ווען איך האב עס אויפגעגעסן, איז מיר געווארן ביטער אין בויך.
און איך האב געזען אן אנדערן מלאך פליען אינמיטן הימל, האבנדיק אן אייביקע בשורה טובה אנצוזאגן צו די, וועלכע וואוינען אויף דער ערד און צו יעדער אומה און שבט און לשון און פאלק.
און זיי האבן געזונגען א ניי ניגון, אזוי צו זאגן: ראוי ביסטו צו נעמען דאס ספר און צו עפענען זיינע חתימות; ווייל דו ביסט געשחטן געווארן, און האסט אויסגעקויפט פאר ה׳ מיט דיין אייגן בלוט די (מענטשן) פון יעדן שבט און לשון און פאלק און אומה,