און איך האב געהערט א קול פון הימל, ווי דאס גערויש פון א סך וואסערן, און ווי דאס קול פון א געוואלטיקן דונער; און דאס קול, וואס איך האב געהערט, איז געווען ווי פון הארפנשפילער שפילנדיק אויף זייערע הארפעס;
און איך האב געהערט, ווי א קול פון א גרויסן המון מענטשן, און ווי דאס ברויזן פון א סך וואסערן, און ווי די קול פון שטארקע דונערן, זאגנדיק: הללויה! דען דער האר, אונדזער ג‑ט, דער אלמעכטיקער, איז געווארן מלך!