Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




פיליפער 1:11 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

11 אנגעפילט מיט דער פרוכט פון צדקות, וועלכע איז דורך יהושע/ישוע המשיחן, צו ה׳ס כבוד און לויב.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




פיליפער 1:11
34 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

אָט אזוי זאל אייער ליכט שיינען פאר מענטשן, כדי זיי זאלן זען אייערע מעשים טובים, און אפגעבן א לויב צו אייער פאטער, וואס איז אין הימל.


נישט איר האט מיך אויסדערוויילט, נאר איך האב אייך אויסדערוויילט, און אייך באשטימט, אז איר זאלט גיין און ברענגען פירות, און אז אייערע פירות זאלן בלייבן; כדי וואס איר וועט בעטן דעם פאטער אין מיין נאמען, זאל ער אייך געבן.


יעדע צווייג אין מיר, וואס ברענגט נישט קיין פירות, נעמט ער אוועק; און יעדע, וואס ברענגט יא פירות, ער אפשניידן ריין (צווייג), כדי זי זאל ברענגען מער פירות.


אין דעם דאזיקן ווערט מיין פאטער פארהערלעכט, אז איר זאלט ברענגען א סך פירות; און זיין מיינע תלמידים.


דעריבער ווען איך וועל האבן געענדיקט דאס דאזיקע, און האבנדיק פארחתמעט פאר זיי די דאזיקע פרוכט, וועל איך דורכרייזן אייער לאנד קיין שפאניען.


אבער איצט, זייענדיק באפרייט פון דער זינד און זענט געווארן קנעכט צו ה׳, האט איר אייער פרוכט צו קדושה און צום סוף דאס אייביקע לעבן.


דעריבער, אויב איר עסט אדער טרינקט, אדער וואס איר זאלט נישט טאן, טוט אלץ צו ה׳ס כבוד.


און דער, וועלכער גיט זאמען דעם זייער און ברויט צום עסן, וועט געבן און פארפילפאכן אייער זאמען, און מאכן וואקסן די פרוכט פון אייער צדקה;


כדי מיר זאלן זיין צום לויב פון זיין כבוד, מיר, וואס האבן פון פריער געהאפט אין דעם משיח;


וועלכער איז דער ערבון פון אונדזער ירושה, ביז צו דער אויסלייזונג פון דעם עם סגולה, צום לויב פון זיין כבוד.


ווארום מיר זענען זיין ווערק, באשאפן אינם משיח יהושע/ישוע צו מעשים טובים, וועלכע ה׳ האט פארויס צוגעגרייט, אז מיר זאלן לעבן אין זיי.


ווארום די פירות פון דעם ליכט באשטייען אין יעדער גוטסקייט און גערעכטיקייט און ווארהאפטיקייט—


נישט אז איך בין אויסן די מתנה; נאר איך זוך די פרוכט, וואס זאל זיך פארמערן צו אייער חשבון.


צו לעבן ווי עס איז ראוי פאר דעם האר, צו יעדער וואוילגעפעליקייט, און זיין פרוכטבאר אין אלע מעשים טובים און וואקסן אין דער דערקענטעניש פון ה׳;


וואס איז געקומען צו אייך, ווי אויך אין דער גאנצער וועלט, און פרוכפערט זיך און מערט זיך, פונקט ווי אויך ביי אייך פון דעם טאג אָן, ווען איר האט געהערט און דערקענט ה׳ס חסד אויף אן אמת;


כדי דער נאמען פון אונדזער האר יהושע/ישוע זאל פארהערלעכט ווערן אין אייך, און איר אין אים, לויט דעם חסד פון אונדזער ג‑ט און דעם האר יהושע/ישוע המשיח.


און זאלן אויך אונדזערע (לייט) לערנען עוסק צו זיין אין מעשים טובים, אויף וואס מען דארף נייטיק האבן, כדי זיי זאלן נישט זיין אומפרוכטבאר. עס געבן דיר אפ שלום אלע, וואס זענען מיט מיר.


יעדע באשטראפונג אין איר צייט שיינט טאקע אויס צו זיין נישט קיין פרייד נאר א טרויער; שפעטער אבער גיט זי די פרידלעכע פרוכט פון גערעכטיקייט צו די, וואס זענען אויסגעאיבט דורך איר.


פירט א גוטן לעבן צווישן די אומות (העולם), כדי אין דעם, אין וועלכן זיי רעדן אפ פון אייך ווי פון רשעים, דאך, זעענדיק אייערע מעשים טובים, זאלן זיי אפגעבן כבוד צו ה׳ אינם טאג פון רעכנשאפט.


און איר אליין, ווי לעבעדיקע שטיינער, בויט אייך אויף צו א רוחניותדיק הויז, פאר א הייליקער כהונה, מקריב צו זיין רוחניותדיקע קרבנות, וואס זענען וואויל אנגענומען ביי ה׳ דורך יהושע/ישוע המשיחן.


איר אבער זענט אן אויסדערוויילט פאלק, א מלכות פון כהנים, א הייליקע אומה, אן עם סגולה, כדי איר זאלט אויסדערציילן די מידות פון אים, וועלכער האט אייך גערופן פונם חושך ארויס אין זיין וואונדערלעך ליכט אריין; (שמות יט, ה-ו.)


אויב איר ווערט געזידלט צוליב דעם נאמען פונם משיח, איז וואויל אייך; ווייל דער (גייסט) פון כבוד און דער גייסט פון ה׳ רוט אויף אייך.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ