9 (דאך) צוליב דער ליבע, וועל איך ליבער בעטן, אזעלכער בין איך, פוילוס דער זקן, און איצט אויך א געפאנגענער פונם משיח יהושע/ישוע;
איך בעט אייך דעריבער, ברידער, דורך די רחמים פון ה׳, אז איר זאלט גענענען אייערע גופים ווי א לעבעדיק, הייליק קרבן, וואס איז וואוילגעפעלן צו ה׳, ווארום דאס איז אייער גייסטיקע עבודה.
מיר זענען דעריבער שלום אמבאסאדארן פאר דעם משיח, ווי ה׳ וואלט דורך אונדז מזהיר געווען; מיר בעטן אין משיחס נאמען, זייט זיך שלום מאכן מיט ה׳ (ישעיהו נג, ה.)!
און מיטארבעטנדיק מיט אים, זענען מיר אייך אויך מזהיר, אז איר זאלט נישט מקבל זיין דעם חסד פון ה׳ אומזיסט!
ווארום אלע זענט איר ה׳ס קינדער דורך אמונה אין יהושע/ישוע המשיחן.
צוליב דעם בין איך, פוילוס—דער געפאנגענער פון דעם משיח יהושע/ישוע פאר אייך אומות (העולם)—
דעריבער בעט איך אייך, איך, דער געפאנגענער אינם האר, אז איר זאלט לעבן ווי עס שטייט אָן דעם רוף, מיט וועלכן איר זענט גערופן געווארן,
פאר וועלכער איך בין א שליח (אן אמבאסאדאר) אין קייטן, אז דערין זאל איך רעדן אזוי מוטיק, ווי עס איז מיין חוב.
איך דאנק אים, וועלכער האט מיך שטארק געמאכט, משיח יהושע/ישוע אונדזער האר, ווייל ער האט מיך געהאלטן פאר באגלויבט, באשטימענדיק מיך צו (זיין) דינסט;
אז זקנים זאלן זיין ניכטער, אויפריכטיק, פארשטענדיק, געזונט אין דער אמונה, אין ליבע, אין סבלנות.
נאכמער בעט איך אייך צו טאן דאס דאזיקע, כדי איך זאל גיכער צוריקגעגעבן ווערן צו אייך.
געליבטע, איך בעט אייך ווי גרים און תושבים, האלט זיך צוריק פון די פליישלעכע תאוות, וועלכע האלטן מלחמה קעגן דער נשמה;