4 איך דאנק ה׳ אין יעדער צייט, דערמאנענדיק דיך אין מיינע תפילות,
קודם כל גיב איך אפ א שבח צו מיין ג‑ט דורך יהושע/ישוע המשיחן פאר אייך אלע, ווייל איבער אייער (דרך ה׳) אמונה ווערט גערעדט אין דער גאנצער וועלט.
הער נישט אויף אפצוגעבן א שבח פאר אייך, ווען איך דערמאן אייך אין מיינע תפילות;
איך דאנק מיין ג‑ט אזוי אפט ווי איך דערמאן מיך אין אייך,
מיר דאנקען ג‑ט דעם פאטער פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, און זענען תמיד מתפלל פאר אייך,
מיר דאנקען ה׳ תמיד פאר אייך אלעמען, געדענקענדיק אייך אין אונדזערע תפילות; אָן אויפהער
מיר זענען מחייב תמיד צו דאנקען ה׳ פאר אייך, ברידער, ווי עס פאסט זיך, ווייל אייער גלויבן וואקסט זייער שטארק, און די ליבע פון יעדן איינעם פון אייך אלעמען מערט זיך לגבי די אנדערע,
איך דאנק ה׳, וועמען איך דין פון מיינע אבות אָן מיט א לויטער געוויסן, אז אָן אויפהער האב איך דיך אין זכרון אין מיינע תפילות, ביינאכט און בייטאג.
ווייל איך האב געהערט פון דיין ליבע און דער אמונה, וואס דו האסט צום האר יהושע/ישוע און צו אלע הייליקע;