און נאך דעם ווי זיי האבן אים באשטימט א טאג, זענען זיי געקומען צו אים אין גאסטהויז אריין אין גרעסערער צאל; וועמען ער האט דערקלערט, עדות זאגנדיק וועגן דעם קעניגרייך פון ה׳, און אויפווייזנדיק וועגן יהושען/ישוען פון תורת משה און פון די נביאים, פון אינדערסרי ביז אין אוונט.
וועל איך צו אייך קומען, ווען איך וועל זיין אויפן וועג קיין שפאניען. ווארום איך האף אייך צו זען אויף דער דורכרייזע, און פון אייך געשיקט צו ווערן דארטן אהין, ווען איך וועל מיך צום ערשט אביסל זעטיקן פון אייך.
האבנדיק א סך צו שרייבן צו אייך, האב איך עס (אבער) נישט געוואלט (טאן) מיט פאפיר און טינט; נאר איך האף צו קומען צו אייך און צו רעדן מויל צו מויל, כדי אונדזער פרייד זאל זיין פול.