19 איך, פוילוס, האב עס געשריבן מיט מיין אייגענער האנט, איך וועל עס אפצאלן; הגם איך זאג דיר נישט, אז דו ביסט אפילו דיך אליין מיר שולדיק.
איך, טערציוס, דער שרייבער פון דעם בריוו, גיב אייך אפ שלום אינם האר.
ווארום ווען אפילו איר וואלט געהאט צען טויזנט מדריכים אינם משיח, האט איר אבער נישט געהאט קיין סך פאטערס; ווייל אינם משיח יהושע/ישוע האב איך אייך געבוירן דורך דער בשורה טובה.
און איך אליין, פוילוס, בעט אייך דורך דער עניוותדיקייט און באשיידנקייט פון דעם משיח, איך, וואס פנים אל פנים בין א שפל רוח צווישן אייך, פונדערווייטנס אבער מוטיק לגבי אייך:
איר זענט אונדזער בריוו, געשריבן אויף אונדזערע הערצער, באקאנט און געלייענט פון אלע מענטשן;
טאמער וועלן קומען מאצעדאניער מיט מיר און אייך געפינען נישט צוגעגרייט, וועלן מיר פארשעמט ווערן—איך וויל נישט זאגן: איר—אין דעם דאזיקן בטחון.
אָט איך, פוילוס, זאג אייך, אז אויב איר (אומות (העולם)) לאזט זיך מל זיין, העלפט אייך משיח גארנישט.
זעט מיט וואס פאר א גרויסע אותיות איך האב געשריבן צו אייך מיט מיין (אייגענער) האנט.
צו טימאטעוסן, מיין ווארהאפטיקן זון אין דער אמונה: חסד, רחמים, און שלום פון ג‑ט דעם פאטער און פון דעם משיח יהושע/ישוע דעם האר אונדזערן.
צו טיטוסן, מיין ווארהאפטיקן זון לויט אונדזער געמיינזאמער אמונה: חסד און שלום פון ג‑ט דעם פאטער און משיח יהושע/ישוע אונדזער רעטער.
און אויב ער האט דיך עפעס באעוולט, אדער איז דיר שולדיק, רעכן דאס דאזיקע מיר צו;