11 וואס אמאל איז ער פאר דיר געווען אומנוצלעך, איצט אבער זייער נוצלעך סאי פאר דיר סאי פאר מיר;
און דעם אומנוצלעכן קנעכט ווארפט ארויס אין דער אויסערסטער פינצטערניש. דארטן וועט זיין דאס קלאגן און קריצן מיט די ציין.
ווייל דער דאזיקער זון מיינער איז געווען טויט, און איז ווידער לעבעדיק געווארן; ער איז געווען פארלוירן, און איז געפונען געווארן. און זיי האבן אנגעהויבן זיך משמח צו זיין.
מען האט זיך אבער געדארפט לאזן וואוילגיין און משמח זיין; ווייל דער דאזיקער ברודער דיינער איז געווען טויט, און איז לעבעדיק געווארן; און ער איז געווען פארלוירן און איז ווידער געפונען געווארן!
און אזוי אויך איר, ווען איר וועט האבן געטאן אלץ, וואס איז אייך באפוילן געווארן, זאלט איר זאגן: מיר זענען אומנוצלעכע קנעכט; מיר האבן געטאן וואס עס איז געווען אונדזער חוב!
אלע האבן אפגענייגט, זיי זענען צוזאמען נוצלאז געווארן; עס איז נישט פאראן קיינער, וואס טוט גוטס, ניין, נישט איינער. (תהלים יד, ב-ד.)
לוקאס אליין איז מיט מיר. נעם מארקוסן און ברענג (אים) מיט דיר, ווארום ער איז מיר זייער נוצלעך צו דער עבודה.
איך בעט דיך פאר מיין זון, וועלכן איך האב געבוירן אין מיינע קייטן, פאר אנעסימוסן,
איך האב אים צוריקגעשיקט צו דיר, אים אליין, דאס הייסט מיין הארץ;
(אייך), וואס איר זענט אמאל נישט געווען קיין פאלק, איצט אבער זענט איר ה׳ס פאלק; וואס אמאל האט איר נישט באקומען קיין רחמים, איצט אבער האט איר יא באקומען רחמים. (הושע ב, כה.)