10 איך בעט דיך פאר מיין זון, וועלכן איך האב געבוירן אין מיינע קייטן, פאר אנעסימוסן,
און איינער אויס דעם המון האט אים געענטפערט: רבי, איך האב געברענגט צו דיר מיין זון, וועלכער האט א שטומען גייסט;
איך בעט אייך דעריבער, ברידער, דורך די רחמים פון ה׳, אז איר זאלט גענענען אייערע גופים ווי א לעבעדיק, הייליק קרבן, וואס איז וואוילגעפעלן צו ה׳, ווארום דאס איז אייער גייסטיקע עבודה.
נישט אייך צו פארשעמען שרייב איך דאס, נאר, ווי געליבטע קינדער מיינע, אייך צו זאגן מוסר.
ווארום ווען אפילו איר וואלט געהאט צען טויזנט מדריכים אינם משיח, האט איר אבער נישט געהאט קיין סך פאטערס; ווייל אינם משיח יהושע/ישוע האב איך אייך געבוירן דורך דער בשורה טובה.
קינדער מיינע, פאר וועמען איך לייד ווידער געבורטסווייען, ביז משיח וועט נישט געווינען אין אייך געשטאלט,
צוזאמען מיט אנעסימוסן, דעם געטרייען און געליבטן ברודער, וועלכער איז פון אייך. זיי וועלן אייך אלץ מודיע זיין, וואס עס קומט דא פאר.
צו טימאטעוסן, מיין ווארהאפטיקן זון אין דער אמונה: חסד, רחמים, און שלום פון ג‑ט דעם פאטער און פון דעם משיח יהושע/ישוע דעם האר אונדזערן.
צו טיטוסן, מיין ווארהאפטיקן זון לויט אונדזער געמיינזאמער אמונה: חסד און שלום פון ג‑ט דעם פאטער און משיח יהושע/ישוע אונדזער רעטער.
וואס אמאל איז ער פאר דיר געווען אומנוצלעך, איצט אבער זייער נוצלעך סאי פאר דיר סאי פאר מיר;
איך האב אים גערן געוואלט האלטן ביי מיר, כדי ער, אלס דיין פארטרעטער, זאל מיר דינען אין די קייטן פון דער בשורה טובה;
קיין גרעסערע פרייד האב איך נישט, ווי צו הערן, אז מיינע קינדער לעבן אין דעם אמת.